נפתלי צבי אונגאר

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נפתלי צבי אונגאר זצ"ל (ה'תר"םט"ז אב ה'תש"ב), פון דאמבראווא.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי צבי איז געבוירן אין דאמבראווא אין יאר ה'תר"ם, צו זיין פאטער הרב משה אליקים בריעה אונגאר, א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם אבא הורוויץ, רב אין שענדישוב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי צבי איז געזעצען אויף קעסט ביי זיין שווער אין בארדיוב, ער האט דערפאר אפגעטרויטן פאר זיין יונגערין ברודער דאס רבנות פון דאמבראווא, אויך האט ער אפגעזאגט דעם פארשלאג פון אלט-צאנז. רבי נפתלי צבי האט געגרינדעט א ישיבה אין בארדיוב ווי ער האט מרביץ תורה געווען, ער האט זיך אויסגעוויזען אלס געוואלדעגער בעל מסביר.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי צבי איז אומגעקומען אין דזשאלין ט"ז אב ה'תש"ב הי"ד.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי צבי האט געהייראט אין יאר ה'תרנ"ז מרת שרה א טאכטער פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיוב, זי איז נפטר געווארן ב' אלול ה'תרצ"ז. זייערע קינדער:

  • הרב יצחק אונגער הי"ד. ער האט געהייראט מרת רבקה גיטל א טאכטער פון זיין פעטער הרב אלעזר פרנס, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • מרת חיה רבקה הי"ד, די ווייב פון הרב יוסף שמואל שמעלקא עהרליך, רב אין ריגליץ, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב יעקב אלימלך אונגער. ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב דוד יצחק ראזענוואסער, רב אין אפשא. זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב חיים יוסף האלבערשטאם-אונגער, ער איז נפטר געווארן אין יאר ה'תשל"ד, ער האט געהייראט מרת חנה ריטא א טאכטער פון הרב פסח מיללער, פון בארדיוב, זי איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב ישראל אהרן אונגער, רב אין בית המדרש עדת יראים אין מאנטריאל, ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת לאה הי"ד, א טאכטער פון הרב חיים טייטלבוים פון טעטש. בזיווג שני האט ער געהייראט מרת איטא א טאכטער פון הרב מרדכי סיגעל פון וויעליפאלי.
  • הרב ברוך אברהם האלבערשטאם-אונגער, פון ברוקלין, ער האט געהייראט מרת מלכה דבורה נחמה גלאנץ. נפטר געווארן כ' סיון תשמ"ז

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • מדרכ"י דוד, נחום מאיר גערמאן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר