אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ)
רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ג), רבי אברהם'לי פאקשיווניץ.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון הרב מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם,א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך די פטירה פון הרב נפתלי הורוויץ דער עלטערער ברודער פון רבי אברהם'לי, איז רבי אברהם'לי געווארן רב אין פאקשיווניץ. ער האט דארט אויף געשטעלט א ישיבה "בית יחיאל" אויף זיין פאטער'ס נאמען און דארט מרביץ תורה געווען.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביים אויסברעכען פון דער צווייטער וועלט קריג איז רבי אברהם'לי אנטלאפען קיין באכניא און ער איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם'לי האט געהייראט די טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה אונגאר, פון דאמבראווא. זייערע קינדער:
- הרב אלטער הורוויץ, הי"ד.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם פאקשיווניצער רבי אין ניו יארק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר