נפתלי הורוויץ (פאקשיווניץ)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ל - י' חשוון ה'תרצ"ב), רב אין פאקשיווניץ, פוילן.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'ש איז געבוירן אין פאקשיווניץ אין יאר ה'תר"ל (אומגעפער), צו זיין פאטער יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון הרב מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת מרים די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון דעם דברי חיים.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרנ"ב (אומגעפער) ווען מען האט פארטריבן אלע פרעמדע בירגער פון קאנגרעס פוילן, איז רבי נפתלי'ש געווען געצווינגען צוריק צוקומען קיין גאליציע צוזאנמען מיט זיין פאטער, און זיי האבען זיך באזעצט אין טארנא. אין יאר ה'תרס"ט איז רבי נפתלי'ש צוריק קיין פאקשיווניץ, אין געפאדערט דאס רבנות אלס חזקה, דאגעגען האבען די גערער און קוזמירער חסידים און אויך דזשיקאווער חסידים נישט געהאטלטען אז ער איז געניג פעהיג דערצו, ס'האט אויסגעבראכען א שווערע קריגעריי צווישן די צוויי זייטן, אזוי ווייט אז איינער האט נישט געגעסען ביים אנדערען. נאך די ערשטע וועלט קריג האט זיך די קריגעריי אפגעשטעלט און רבי נפתלי'ש איז געווען רב ביי אלעם.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'שס איז נפטר געווארן י' חשוון ה'תרצ"ב, און ליגט אין טארנא.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי נפתלי'שס טאכטער מרת חנה שרה האט געהייראט הרב משה העשעל, דער קאפיטשניצער רבי, א זון פון הרב יצחק מאיר העשעל, רב אין קאפיטשניץ זי איז נפטר געווארן כ"ט ניסן ה'תשל"ד.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר