גלינע
|
גלינע (אוקראיניש: Глиняни הליניאַני; פּויליש: Gliniany) איז א קליינע שטאט אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 3,378 (אין 2001). אין 1910 האבן געוואוינט אין גלינע 2,410 יידן.[1]
פריער איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גלינע געפינט זיך אין מערב אוקראינע, 40 ק"מ מזרח פון לעמבערג, 80 ק"מ מערב פון טארנאפאל און 16 ק"מ צפון פון פרעמישלאן.
יידישע היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב יהודה מאיר שפירא איז געווען שטאטס־רב אין גלינע צען יאר, פון תר"ע ביז תר"ף; ער האט אויפגעשטעלט א צווייג פון אגודת ישראל אין דער שטאט.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אדמיניסטראטיווע אפטיילן פון לעמבערגער גובערניע, אוקראינע | ||
---|---|---|
אדמיניסטראטיווער צענטער: לעמבערג | ||
ראיאנען | ||
שטעט | געגנטשטעט: באריסלאוו · דראהביטש · טריסקעוויץ · לעמבערג · מארשין · סאמבאר · סטרי · קריסניפאליע · ראזלע | |
שטעטלעך | ||
דערפער |