אליעזר ירוחם באראן
רבי אליעזר ירוחם באראן זצ"ל (ה'תק"ץ - ג' ניסן ה'תרמ"ה)
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר ירוחם איז געבוירן אין יאר ה'תק"ץ (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב ישראל יצחק באראן, רב אין ראדאשיץ, א זון פון הרב ישכר בער באראן, דער סבא קדישא פון ראדאשיץ. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יהודה ליב הלוי הורוויץ, א זון פון הרב ראובן הלוי הורוויץ, רב אין זארנאווצע, דער פארפאסער פון ספר דודאים בשדה.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר ירוחם האט געוואינט ביי זיין שווער אין צאנז, נאך דער פטירה פון צאנזער רב ה'תרל"ו האט ער געוואוינט אין קראקא, דארט האט ער אנגעפירט די צאנזער רביסטעווע.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר ירוחם איז נפטר געווארן אין קראקא ג' ניסן ה'תרמ"ה, מען האט אים געלייגט אויף דעם אלטען בית עולם
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליעזר ירוחם האט געהייראט בזיווג ראשון מרת יוטא א טאכטער פון צאנזער רב, הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב ישכר שיף פון בריגל, אן אייניקל הרב נתן, א ברודער פון נועם אלימלך. בזיווג שלישי האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב ניסן דיין אין שינאווא. זיינע קינדער:
- הרב מנחם מענדל באראן, ער האט געהייראט מרת פֿרומעט, א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשיל רובין, רב אין יאסלא.
- הרב יונה באראן, פון יאסלא.
- מרת שרה די ווייב פון הרב מרדכי דוד הורוויץ הי"ד (ה'תרכ"ו - ה'תש"ב), רב אין אולינוב.
- די ווייב פון הרב פסח דוד מילר, פון ביקאווסק.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרי"ט האט רבי אליעזר ירוחם געשריבן אן הקדמה אויף דעם ספר דודאים בשדה פון זיין זיידען, וואס ער האט דאן ארויסגעגעבען.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דודאים בשדה
- אונציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר