אהרן הורוויץ
מראה
רבי אהרן הורוויץ זצ"ל (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), באקאנט אלס דער בייטשער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן, איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרמ"ו האט מען אויפגענומען רבי אהרן אלס רב אין בייטש.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז נפטר געווארן י"ב אדר א' ה'תרפ"ז, און ליגט אין קאשוי.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן האט געהייראט מרת טילא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב אברהם צבי הירש הורוויץ (ה'תרמ"ז (אומגעפער) - י"ז אדר ה'תשכ"א), בייטשער רבי אין ברוקלין, ניו יארק.
- הרב אלטער אליעזר הורוויץ (ה'תר"ן (אומגעפער) - י"ב אדר ה'תרצ"ז), פון בייטש.
- מרת תרצה, די ווייב פון הרב חיים סג"ל ליבערמאן רב אין דאברי.
- מרת רעכיל.
- מרת בילא, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה גראס רב פון בערבעשט.
- מרת צפורה, די ווייב פון הרב משה הורוויץ, א זון פון הרב יוסף הורוויץ פון קראס.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר