אלטער אליעזר הורוויץ (בייטש)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אלטער אליעזר הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - י"ב אדר ה'תרצ"ז), רב אין קאשוי.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער'ל איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער) , צו זיין פאטער הרב אהרן הורוויץ, רב אין בייטש, א זון פון הרב מאיר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת טילא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.


רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער'ל איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער אין קאשוי.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער'ל איז נפטר געווארן י"ב אדר ה'תרצ"ז.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אלטער'ל האט געהייראט מרת יוטא א טאכטער פון הרב משה יהודה ליב שפירא פון סטריזשעוו. זייערע קינדער:

  • הרב חיים שלמה הורוויץ, סטריזשעווער רבי אין ניו יארק.
    • הרב צבי הירש הורוויץ, סטריזשעווער רבי אין בארא פארק(http://www.jdn.co.il/news/150515).
      • איידעם ר' חיים יעקב רובין, צישינאווער רבי (זון פון ר' יושע טומשאווער).
      • איידעם ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש, דומו"צ דינוב.
    • הרב יעקב יוקל הורוויץ, סטריזשעווער רבי אין בארא פארק.
    • הרב משה לייב הורוויץ (תרפ"ה - תשע"ה), סטריזשעווער רבי אין בארא פארק(http://www.jdn.co.il/news/283291). זיוו"ר האט ער חתונה גיהאט מיט אן אייניקל פון ר' אשר זעליג פון דאלהא ("בית אשר") זיי האבן געהאט דריי קינדער. צוויטע זיווג האט ער חתונה גיהאט מיט די רעביצין לבית העניג.
      • הרב יעקב אליעזר הורוויץ, סטריזשעווער רבי אין בארא פארק. איידעם פון אב"ד קראלי.
      • איידעם הרב חיים אלעזר עסטרייכער
      • איידעם הרב יחיאל מאיר כ"ץ אב"ד דז'יבוי מאנטריאל
      • הרב דוד, וויליאמסבורג
      • הרב חיים שלמה, בארא פארק. איידעם פון ר' חיים יושע באב"ד טארטקאווער רב
      • איידעם הרב אהרן האלבערשטאם, זון פון גריבאווער רבי
      • איידעם הרב פאזען.
  • מרת חיה הי"ד
  • מרת רבקה
  • הבתולה רייזל הי"ד

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר