יעקב צבי האלבערשטאם
מראה
רבי יעקב צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ו – ה'תש"ג), רב אין סוכא.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב צבי איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ו (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם, רב אין טשחויוו, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת אסתר א טאכטער פון הרב יעקב צבי רבי פון פאריסאוו.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב צבי איז געווען רב אין סוכא, אויף דעם פארלאנג פון זיין פאטער האט ער געגרינדט די ישיבות "דברי חיים" אין קראקא, סוכא און קשאנאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקב צבי איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרע"ד האט רבי יעקב צבי געהייראט מרת חיה שרה א טאכטער פון זיין פעטער הרב אלעזר ראזענפעלד, פון אושפעצין, אן איידעם פון צאנזער רב. זייערע קינדער:
- הרב חיים האלבערשטאם הי"ד.
- מרת דבורה.
- מרת סימא.
- הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
- הרב אשר האלבערשטאם.
- הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר