לדלג לתוכן

דעזש

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דעעש)
דעזש
Dej, Dés, Desch
אינפֿארמאציע
גרינדונג דאטע 1061
שטח 109 קוואדראט קילאמעטער
צאל איינוואוינער 31,475 (אין 1 דעצעמבער 2021)
קאארדינאטן 47°08′29″N 23°52′35″E / 47.141388888889°N 23.876388888889°E / 47.141388888889; 23.876388888889 קאארדינאטן: 47°08′29″N 23°52′35″E / 47.141388888889°N 23.876388888889°E / 47.141388888889; 23.876388888889 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט דעעש (הויף).

דעזש אדער דעעש (רומעניש: Dej; אונגאַריש: Dés; דײַטש: Desch, Burglos) איז א שטאט אין זיבנבורגן, צפון-מערב רומעניע, 60 ק"מ צפון פון קלויזענבורג, אין קלוזש פראווינץ. זי געפינט זיך וואו דער סאָמעשול מיטש טייך טרעפט אן דעם סאָמעשול מארע טייך. די שטאט געפינט זיך ביי א וויכטיגן שיידוועג פון באנען און שאסייען וואס באהעפטן צו קלויזנבורג, באיא-מארע, סאטמאר, דעדא, ביסטריץ און וואטרא דארניי.

דעזש איז אן אלטע זאלץ גראבן שטאט געבויט אויף בערגישער ערד. די ערשטע דאקומענטן וואס דערמאנען די שטאט גייען צוריק ביז די יארן 1061 און 1214. שוין אין רוימישע צייטן האט מען געפינען אין דעם ראיאן גרויסע זאפאסן פון זאלץ. די דעזש פעסטונג האט מען געבויט צווישן 1214 און 1235.

פון 1876 ביז 1920 איז דעזש געווען די הויפטשטאט פון סזאלנאק-דאבאקא פראווינץ; פון 1920 ביז 1940, די הויפטשטאט פון סאָמעש פראווינץ.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דעזש