שלמה גאלדמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רבי שלמה גאלדמאן מער באוואוסט אלס רבי שלאמקע זוועהילער (ה'תרכ"ט - כ"ו אייר ה'תש"ה, 1869 - 1945), איז געווען דער פערטער זוועהילער רבי. אין זיינע לעצטע יארן האט ער אויפגעשטעלט דאס זוועהילער חסידות אין ירושלים. ער איז געווען אן אייניקל פון רבי מיכל זלאטשאווער, איינער פון די תלמידי בעל שם טוב.

ירושלימער יודן פארציילן אויסטערליש וואונדערליכע זאכן איבער אים.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלמה איז געווען דער זון פון רבי מרדכי זוועהילער, דריטער זוועהילער רבי און שטאטס רב פון זוועהיל. און זיין מוטער די טאכטער פון רבי שלמה גראנאווער.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שלמה האט געהייראט די טאכטער פון רבי אלטער פון דאוויד-האראדאק. זייערע קינדער:

  • רבי גדליה משה, זיין נאכפאלגער זוועהילער רבי.
  • רבי מרדכי
  • די ווייב פון רבי שמואל מרדכי פון סטאבוכווע

זיינע תולדות איז געדרוקט אינעם ספר צדיק יסוד עולם וועלכער איז ארויסגעגעבן דורך הרב דוד ווערנער אין אייר תשמ"ו און איז דערנאך איבערגעדרוקט געווארן דורך מוסדות זוועהיל אום תשס"ו.