סיני האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי סיני האלבערשטאם (ה'תר"ל - כ"ו תמוז ה'תש"א), רב אין זשמיגראד

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סיני איז געבוירן אין אנהייב יאר ה'תר"ל, צו זיין פאטער הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת פעסיל א טאכטער פון סיגוטער רב, הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי סיני איז געווען יונגער רב פון גארליץ נאכהער איז ער געווען רב אין קאלאשיץ, אין יאר ה'תרס"ז האט מען אים אויפגענימען אלץ רב אין זשמיגראד. נאך זיין פאטער'ס פטירה האט ער אנגעהויבן פירן א הויף.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

כ"ג סיון תש"א איז רבי סיני מיט זיין משפחה פארטריבן געווארן אין סיביר, וואו ער איז נפטר געווארן כ"ו תמוז ה'תש"א.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין עלטער פון איינס און א האלבן יאר איז רבי סיני געווארן פארלויבט און האט שפעטער געהייראט מרת רוחמה די טאכטער פון הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ. זייערע קינדער:

  • הרב חיים יהודה האלבערשטאם, ראב"ד אין אשפעצין, ער האט געהייראט מרת רינטשא א טאכטער פון הרב יהושע פנחס בומבאך רב אין אשפעצין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
  • הרב אהרן האלבערשטאם, רב אין אשיעק, ער האט געהיראט מרת רחל מרים א טאכטער פון הרב חיים ברוך רובין, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, כ"ב תמוז ה'תש"ב, הי"ד.
  • הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, פון רידיק, אן איידעם פון הרב פנחס נתן סאפרין.
  • הרב ישראל האלבערשטאם, זשמיגראדער רבי אין אמעריקא. זיינע קינדער:
  • הרב סיני האלבערשטאם.
  • הרב ברוך שמשון האלבערשטאם.
  • מרת פעסיל, די ווייב פון הרב יעקב מאשקאוויץ, שאצער רבי פון חיפה.
  • מרת רייזל שרה, די ווייב פון הרב ברוך האלבערשטאם רב אין גריבאוו, אן אייניקל פון קרייזער רב, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם מיט זיין פאמיליע, הי"ד.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • דברי ברוך - ברוך שאמר, הרב ליפא זילברמאן, ה'תשנ"ט
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר