אברהם אביש האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אברהם אביש האלבערשטאם הי"ד (ה'תרנ"ד - ה'תש"א), פון סאטמאר

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם אביש איז געבוירן אין יאר ה'תרנ"ד, צו זיין פאטער הרב סיני האלבערשטאם, רב אין זשמיגראד, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רוחמה די טאכטער הרב נפתלי הורוויץ פון מעליץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם אביש איז געווען דיין אין סאטמאר.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם אביש איז אומגעקומן אויף קידוש השם אין אוקריינע אין יאר ה'תש"א.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אברהם אביש האט געהייראט מרת רייזא רחל, א טאכטער פון הרב חנוך הענך פריינד רב אין אינטערדאם, א זון פון הרב אברהם יהושע פריינד, דער נאסאדער רב. זייערע קינדער:

  • הרב חיים האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת הינדא א טאכטער פון הרב משה יהודה עהרענרייך, רב אין שארמשאג, א זון פון הרב שלמה זלמן עהרענרייך רב אין שאמלוי, הי"ד.
    • ריזשא רחל הי"ד.
    • קראסעל הי"ד.
    • רוחמה הי"ד.
  • מרת יטל הי"ד, די ווייב פון הרב שמואל אליעזר מאטיאש.
  • הרב אלימלך האלבערשטאם הי"ד.
  • הרב ברוך האלבערשטאם הי"ד.
  • מרת גיטל הי"ד.
  • מרת פעסיל הי"ד.
  • הרב משה אריה האלבערשטאם, נאסאדער רבי אין ניו יארק.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר