אריה לייביש האלבערשטאם (מושינא)
מראה
רבי אריה לייביש האלבערשטאם זצ"ל (ה'תר"ל - ה'תש"ב), פון מושינא
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש איז געבוירן אין יאר ה'תר"ל, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב, א זון פון דברי חיים.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש האט ארויס געהאלפען זיין שווער מיט דיינות אין סקאהל, אין יאר ה'תרס"ד איז ער געווארן רב אין מושינא.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש איז אומגעקומען אין דער צווייטער וועלט מלחמה, הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי לייביש האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל רוקח, רב אין סקאהל. פון זייערע קינדער:
- הרב מנחם מענדל האלבערשטאם, רבי אין קראקא. ער האט געהייראט מרת הענא א טאכטער פון הרב יצחק ישעיה האלבערשטאם רב אין טשחויוו, א זון פון דעם צאנזער רב, זיי זענען אומגעקומען אויף קידוש השם צוזאמען מיט זייער זון
- הרב אהרן ישעיה האלבערשטאם און די גאנצע פאמיליע, הי"ד.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר