משולם זושא יצחק האלבערשטאם
מראה
רבי משולם זושא יצחק האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרמ"ד – כ"ג אייר ה'תש"ד), פון ראצפערט.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משולם זושא איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, רב אין ראצפערט, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת מרים שרה א טאכטער פון זיין שוואגער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארנאסטייפלער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משולם זושא איז געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער אין ראצפערט.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי משולם זושא איז אומגעקומן אויף קידוש השם כ"ג אייר ה'תש"ד, אין אוישוויץ.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרע"א האט רבי משולם זושא געהייראט בזיווג ראשון מרת רחל א טאכטער פון הרב נפתלי טייטלבוים פון נירבאטור.
בדיווג שני האט רבי משולם זושא געהייראט א טאכטער פון הרב יהודה ערליך. זיינע קינדער:
- הרב חיים האלבערשטאם הי"ד.
- מרת הינדא הי"ד, די ווייב פון הרב יצחק טייטלבוים פון וואלאווע.
- מרת גיטל הי"ד, די ווייב פון הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים פון סיגעט.
- מרת רייצא, די ווייב פון הרב יואל בעער פון סאן-פאולא בראזיל. זייערע קינדער:
- מרת לאה רחל די ווייב פון הרב מנחם מענדל אליעזר זאב רויזנבוים, דער קרעטשינפער רבי אין רחובות.
- חיה פעריל
- אדל
- חנה גיטל
- יוכבד
- מלכה
- פייגא בינה
- משולם זושא
- מרת סימא, די ווייב פון הרב יוסף כ"ץ פון ניו יארק.
- מרת יוכבד רבקה, די ווייב פון הרב אלימלך ריינמאן פון ניו יארק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר