נפתלי האלבערשטאם (שינאווא)
רבי נפתלי האלבערשטאם זצ"ל (י"ד חשוון ה'תקצ"ח - כ"א כסליו ה'תרכ"ד), דער עלסטער זון פון שינאווער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נפתלי איז געבוירן אין אוהעל י"ד חשוון ה'תקצ"ח, צו זיין פאטער הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת טאבע די טאכטער פון הרב אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי, אן איידעם פון הרב משה טייטלבוים, דער ישמח משה. רבי נפתלי האט געהייסן נאך דעם ראפשיצער רב, דער רבי פון זיין זיידן דער צאנזער רב. רבי נפתלי איז אלט געווען איין יאר ווען זיין מוטער איז נפטר געווארן.
זיין יוגנט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין צווייטע חתונה האט רבי נפתלי זיך באזעצט נעבען זיין שווער אין טשערקאס, דארט האט ער געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארניסטייפל.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי נפתלי איז פליצלונג נפטר געוארן ביי די זעקס און צוואנציג יאר, כ"א כסליו ה'תרכ"ד. זיין פאטער דער שינאוואער רב, איז געפארן מיט זיין ברודער רבי משה'לי געבען חליצה פאר די אלמנה.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בזיווג ראשון האט רבי נפתלי געהייראט מרת פרומא א טאכטער פון הרב אהרן רובין פון ראפשיץ, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין רב אין ראפשיץ, אן איידעם פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, נאך עטליכע יאר, און זיי האבען נאך נישט געהאט קיין קינדער האט דער זיידע דער צאנזער רב זיי געהייסען זיך גט'ן.
בזיווג שני האט רבי נפתלי געהייראט א טאכטער פון הרב נח שמעיה שניאורסאהן, (אן איידעם פון הרב יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס, א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, דער מאור עינים), א זון פון הרב דובער פון ליובאוויטש, דער מיטלער רבי פון ליובאוויטש, א זון פון הרב שניאור זלמן פון לאדי, דער תניא.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרנ"ה האט רבי נפתלי'ס פאטער דער שינאוואער רב ארויס געגעבן זיינע חידושים מיטן נאמען אילה שלוחה.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- שושנת העמקים - תולדותיהן של צדיקים
- שו"ת אריה דבי עילאי - דברים אחדים
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר