אהרן רובין
מראה
רבי אהרן רובין זצ"ל (ה'תק"ס - ה'תרי"ז), רב אין רימאנאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תק"ס (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן האט געזאלט ווערן רב אין בלאזשאוו, (אין ספר משיב כהלכה פון רבי אברהם זאב וואלף פרענקל איז פארהאן א תשובה וואו ער האלט אז מען זאל אויפנעמן רבי אהרן אלס רב אין בלאזשאוו) ער איז געווען רב אין רימאנאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אהרן איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרי"ז.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער:
- הרב שמואל רובין (ה'תקצ"ה (אומגעפער) - כ' תמוז ה'תרס"ד), רב אין קארטשין.
- הרב יעקב רובין (ה'ת"ר (אומגעפער) - ז' סיון ה'תרס"ה), רב אין בארניוו , מחבר פון תולדות יעקב . ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
- הרב אריה לייב רובין פון ראפשיץ.
- מרת פרומא די ווייב בזיווג ראשון פון הרב נפתלי האלבערשטאם (י"ד חשוון ה'תקצ"ח - כ"א כסליו ה'תרכ"ד), א זון פון שינאווער רב, נאך עטליכע יאר, און זיי האבען נאך נישט געהאט קיין קינדער האט דער זיידע דער צאנזער רב זיי געהייסען זיך גט'ן.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר