שמואל רובין
מראה
רבי שמואל רובין זצ"ל (ה'תקצ"ה - ה'תרס"ד), רב אין קארטשין.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אהרן רובין רב אין רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יאר ה'תרל"ז אומגעפער איז רבי שמואל אויפגענימן געווארן רב אין קארטשין.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל איז נפטר געווארן אין קראקא כ' תמוז ה'תרס"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי שמואל האט געהייראט מרת יוכבד א טאכטער פון הרב אלעזר ווייסבלום א זון פון הרב נפתלי ווייסבלום פון ליזענסק. זייערע קינדער:
- הרב נפתלי רובין (ה'תרכ"א - י"ג ניסן ה'תרח"ץ), רב אין ווישניצא.
- הרב אהרן רובין ( - ה'תרס"א).
- מרת צפורה ( - ב' ניסן ה'תש"ב), די ווייב פון הרב יוסף אריה לייביש פרישערמאן (ב' תשרי ה'תר"ל - כ"ה אדר ב' ה'תרע"ו), פון טאמאשאוו.
- מרת חנה די ווייב פון הרב אלימלך ווייסבלום, פון סטאשאוו.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר