אשר רובין
מראה
רבי אשר רובין זצ"ל (ה'תרכ"ה - א' אדר ה'תרצ"ב), רב אין קארטשין.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אשר'ל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ה צו זיין פאטער הרב שמואל רובין רב אין קארטשין, א זון פון הרב אהרן רובין פון רימאנאוו, א זון פון הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אשר'ל איז געווען דיין און נאכהער רב אין אנדריחאוו, אין יאר ה'תרס"ד נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן רב אין קארטשין.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אשר'ל איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרצ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אשר'ל האט געהייראט מרת יוכבד צפורה א טאכטער פון הרב אליהו אייכנשטיין, א זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רב אין זידיטשוב. זייערע קינדער:
- הרב מרדכי אלעזר רובין, רב אין קארטשין פון תרצ"ב ביז תרצ"ד.
- הרב אליהו רובין הי"ד (ה'תרנ"ג (אומגעפער) - ה'ת"ש (אומגעפער) ), פון ה'תרצ"ד דער לעצטער רב אין קארטשין, ער האט געהייראט מרת לאה מלכה א טאכטער פון הרב חיים רובין פון וועלקא-בערעזנא, סלאוואקיי.
- הרב צבי אלימלך רובין הי"ד.
- מרת שיינדיל הי"ד
- מרת חנה לאה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד הרב יונה רובין.
- מרת ליבא רייצא, די ווייב פון הרב יצחק מאיר ראפאפארט, פראגער רב אין ניו יארק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר