לדלג לתוכן

יעקב ישראל טווערסקי

פֿון װיקיפּעדיע
יעקב ישראל טווערסקי
קיין פריי בילד
געבורט 1794 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1876 (אלט 82 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי יעקב ישראל טווערסקי זצ"ל (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), מגיד פון טשערקאס.

רבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון הרב אהרן (הגדול) פון קארלין.

אין יאר ה'תקצ"ד איז רבי יעקב ישראל אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין הארניסטייפל, און אנגעהויבן פראווען רביסטעווע, אין יאר ה'תר"ך איז אריבער קיין טשערקאס.

רבי יעקב ישראל איז נפטר געווארן י"ג אלול ה'תרל"ו, און ער ליגט אין טשערקאס.

ו' שבט ה'תקע"א האט רבי יעקב ישראל געהייראט אין לאדי מרת דבורה לאה ( - א' סיון ה'תרל"ו), א טאכטער פון הרב דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:

  • מרת אדל
  • מרת חישא ברכה


  • עמק תפלה
  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי