משולם זוסיא אווערבאך
רבי משולם זוסיא יצחק אווערבאך זצ"ל (ה'תקע"ט - ה'תרמ"ב), רב אין טאלמיטש.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי זושא איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ט, צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל (אווערבוך) פון קירומא, באקאנט אלס רבי מיכל'ע קירומער, א זון פון הרב צבי מנחם (אויערבאך) פון האניפאלי, באקאנט אלס רבי הערש מענדל, א זון פון הרב משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק האלבערשטאט רב אין קאנסטאנטין, אן אייניקל פון רבי יעקב עמדין און דער חכם צבי.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין חתונה האט רבי זושא געוואוינט אין רוסלאנד מיט זיין שווער אין הארניסטייפל, נאכהער איז ער געווארן רב אין טאלמיטש.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי זושא איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרמ"ב.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי זושא האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שטערנא פייגא (רחל) א טאכטער פון הרב יעקב ישראל טווערסקי רב אין טשערקאס, דער דריטער זון פון הרב מרדכי טווערסקי דער מגיד פון טשערנאבל. פון זייער זון:
- הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל, אין יאר ה'תרט"ז האט ער געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
- מרת שרה בתיה די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אהרן משה שניאורסאהן. זייערע קינדער:
- הרב נחום זלמן שניאורסאהן רב אין טשערקאס.
- בזיווג שני די ווייב פון הרב מאיר אלטער הלוי שפירא, רב אין לובני, פאלטאווע, זייערע קינדער:
- הרב יעקב ישראל שפירא פון לובני.
- הרב מיכלי שפירא.
- מרת חנה חייטשע די ווייב פון הרב מרדכי פון סלחוב.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- באהלי צדיקים
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- שם ושארית