חיים קאניעווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
הרב חיים קאניעווסקי
שמריהו יוסף חיים קַנְיֶבְסְקִי
הרב חיים קאניעווסקי
געבורט 8 יאנואר 1928
ט"ו טבת ה'תרפ"ח
פּינסק, Q207272 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 18 מערץ 2022 (אלט 94)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כינוי שי"ח בהגרי"י
קבורה ארט בני ברק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק, ישראל
באלאנג חרדים
באשעפטיגונג הלכה, אגדה, גמרא
זיינע רביס זיין פאטער הרב יעקב ישראל קאניעווסקי, הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, הרב ראובן כץ
חיבורים דרך אמונה, שונה הלכות און נאך)
זיווג בת-שבע קאניעווסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער יעקב ישראל קאניעווסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער


הרב חיים קאַניעווסקי אויפן פּאָדיום ביי דער זיצונג דגל התורה (צווייטער פון לינקס), יד אליהו תל אביב-יפו, (א' ניסן תש"ן). ביי אים זענען: הרב אלעזר מנחם מן שך, שווער הרב יוסף שלום אלישיב מיט הרב חיים קאניעווסקי, הרב שלמה שמשון קרליץ
הרב חיים קאניעווסקי
2007

הרב שמריהו יוסף חיים קאניעווסקי (געבוירן ט"ו טבת תרפ"ח, פינסק, פוילןט"ו אדר ב ה'תשפ"ב, בני ברק ישראל) איז געווען א ליטווישער רב און אן אויסגעוויינלעכסער בקי ש״ס און פוסקים. ער איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געווארן ט"ו טבת תרפ"ח אין פינסק, ליטא (דעמאלסט אין פוילן, היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער, רבי יעקב ישראל קאניעווסקי, דער סטייפלער גאון, און זיין מוטער, מרת פעשא מרים קארעליץ.

ער האט זיך ערווארבן א וועלטס היסטאריש זכרון פון יעדן ענין אין דער גאנצער תורה.

ער האט חתונה געהאט מיט בת-שבע אסתר אלישיב, אן טאכטער פון הרב יוסף שלום אלישיב, אום ו' כסלו ה'תשי"ב.

ער איז באקאנט געווען אלס צדיק אויך, און מ'פלעגט זיך בענטשטן ביי אים. תלמידי חכמים פון דער גאנצער וועלט פלעגן זיך שרייבן צו אים, און ער פלעגט צוריק ענטפערן מיט זיין אייגענארטיגע שטייגער קורץ און שארף מיט מראה מקומות, נאכצוקוקן, אויך פלעגט ער זיין גרייט א גאנצן טאג ביי זיין גמרא, וואו מען פלעגט שטיין אין דער רייע אים צו פרעגן אין לערנען.

ער האט געוואוינט אין בני ברק און איז געווען א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

אום ט"ו אדר ב ה'תשפ"ב איז ער נפטר געווארן ביי זיך אינדערהיים.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיינע קינדער זענען:

  • רביצין חנה (נפטר געווארן י"ג אלול תשע"ד), ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן (זון פון הרב אהרן לייב שטיינמאן), ראש ישיבה אין ישיבת קהילות יעקב
  • רביצין לאה, ווייב פון הרב יצחק קאלאדעצקי
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבת שפת הים, רעדאקטאר פון די שריפטן פון זיין זיידע דער סטייפלער "קריינא דאיגרתא" און עטלעכע פון ​​זיין פאטער'ס ספרים. מחבר פון דעם ספר "מוסר אַב" (שו"ת עם אביו), און "תולדות יעקב"
  • רביצין רות, ווייב פון הרב יהושע צביון
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון תפארת ציון און קריית מלך אין בני ברק
  • רביצין ברכה, ווייב פון הרב זעליג בראווערמאן, ראש ישיבה פון דער סאדיגורער ישיבה
  • רביצין דינה בדנה, ווייב פון הרב אלעזר דוד עפשטיין, ר"מ אין ישיבת כנסת יצחק חדרה
  • רבי יצחק שאול, מחבר פון דעם ספר "בר גיבול" (אויף מלאכת לש), און "אהל עראי" (אויף מלאכת בונה)

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]