בת-שבע קאניעווסקי

פֿון װיקיפּעדיע
בת-שבע קאניעווסקי
קיין פריי בילד
געבורט 1 פעברואר 1932
מאה שערים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 15 אקטאבער 2011 (אלט 79)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט שומרי שבת בית החיים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בן/בת זוג חיים קאניעווסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מרת בת-שבע אסתר קאַניעווסקי (געבוירן כ"ד שבט ה'תרצ"ב, ירושלים - י"ז תשרי תשע"ב, בני ברק; 1טן פעברואר 1932 - 15טן אקטאבער 2011), געבוירן בת-שבע אסתר אלישיב, איז געווען די ווייב פון הרב חיים קאניעווסקי און א רוחניותדיקע פירערין. אנדערש ווי רוב רביצינס, בפרט ביי די ליטווישע, פלעג זי אויפנעמען מענטשן. פרויען פון אלע שטראמען זענען געקומען צו איר צו באקומען פון איר א ברכה אדער אן עצה.‏[1]

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בת-שבע אסתר איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין ה'תרצ"ב צו איר פאטער רב יוסף שלום אלישיב, שפעטער דער פירער פון דעם ליטווישן חרדישן ציבור, און צו איר מוטער שיינא חיה, א טאכטער פון הרב אריה לעווין. אין אירע יונגערע יארן האט זי געארבעט פירן ביכער, און אויך האט זי געהאלפן איר פאטער, הרב אלישיב, אין מגיה זיין די כתבים פון זיין פאטער דער מקובל הרב שלמה עליאשאוו, מחבר פון לשם שבו ואחלמה. דעם שידוך צווישן איר מיט רבי חיים קאניעווסקי, וואס האט דעמאלסט געלערנט אין דער לאמזשער ישיבה אין פתח תקוה, האט גערעדט דער חזון איש. זיי האבן חתונה געהאט ו' כסלו ה'תשי"ב.

זי פלעג דאווענען אלע תפילות אין דער לעדערמאן שול, און אין די לעצטע יארן האט זי מקפיד געווען צו דאווענען שחרית מיט וותיקין.

זי איז נפטר געווארן י"ז תשרי ה'תשע"ב, שבת חול המועד סוכות, ביי דער עלטער פון 79. ביי איר לוויה האבן מיטגעטיילט בערך פופציק טויזנט מענטשן.‏[2]

נאך איר פטירה, האט איר מאן רבי חיים געבעטן זייער טאכטער, רביצין לאה קאלאדעצקי, ווייטערפירן איר מאמעס עבודת הקודש אין זיין דירה.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אירע קינדער זענען

  • חנה, ווייב פון הרב שרגא שטיינמאן, ראש ישיבה פון 'קהילות יעקב' אין בני ברק
  • לאה, ווייב פון רבי יצחק קאלאדעצקי.
  • רבי אברהם ישעיהו, ראש ישיבה פון 'שפת הים' אין בני ברק.
  • רות, ווייב פון רבי יהושע צביון.
  • רבי שלמה, ראש ישיבה פון 'קרית מלך' אין בני ברק.
  • ברכה, ווייב פון רבי זעליג בראווערמאן, רוזשינער ראש ישיבה.
  • דינה, ווייב פון רבי דוד עפשטיין, פון די ראשי ישיבות פון 'כנסת יצחק'.
  • רבי יצחק שאול (שוקי) אין בני ברק, , איידעם פון הרב בנימין ביינוש קורלאנסקי

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קובי נחשוני, הרבנית בת שבע קנייבסקי הלכה לעולמה, ביי ynet‏, 15טן אקטאבער 2011 (אויף העברעיש)

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]