משה לייב לאנדא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון משה יהודה לייב לאנדא)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
משה לייב לאנדא
געבורט ט' תמוז תרצ"ה
רמתיים
פטירה
לאניאדא שפיטאל, נתניה
טעטיקייט בני ברק, ישראל
געהערט צו חב"ד-ליובאוויטש חסידות
באשעפטיגונג אב בית דין און רב פון בני ברק
אנדערע אמטן געפירט כשרות פון בני ברק
נשיא פון כולל ״פעמי יעקב״ פאר הוראה
זיינע רביס הרב ברוך שמעון שניאורסאן, הרב שלמה חיים קעסלמאן

רבי משה יהודה לייב לאַנדא (ט׳ תמוז ה'תרצ"ה , 10טן יולי, 1935 - כ״ד אדר ב׳ תשע , 30סטן מערץ, 2019) איז געווען שטאָט׳ס רב און אב בית דין פון בני ברק. הרב לאַנדא האט געפירט די כשרות קערפערשאפט געגרינדעט דורך זיין פאטער, הרב יעקב לאנדא, אַ גוף אנגענומען דורך כמעט דעם גאנצן חרדי׳שן ציבור;‏[1] אויך האט ער געפירט דעם "פעמי יעקב" כולל און אנשטאלט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געוואָרן אין רמתיים צו חיה מינא און הרב יעקב לאנדא, וואָס איז געווען דער ארטיגער רב. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידען, דער רב פון דער שטאָט פון קאָרניץ אין ווייסרוסלאַנד. בערך אַ יאָר נאָך זיין געבורט, איז זיין פאטער געווארן באשטימט רב פון דעם יישוב בני ברק, און די משפּחה איז אריבערגעגאנגען וואוינען אין בני ברק.

ער האט געלערנט אין דער אור ישראל ישיבה אין פּתח תקוה , און עטלעכע יאָרן האט ער געלערנט אין דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תומכי תמימים ישיבה אין לוד ביי רבי ברוך שמעון שניאורסאָן און ביים משפיע רבי שלמה חיים קעסלמאַן . אין תשט״ו איז ער באשטימט געווארן א מגיד שיעור פאר דער כיתה פון יונגערע תלמידים. אין חודש אלול תשי״ח האט ער חתונה געהאט. אין תשכ״ד האט מען אים באשטימט ווי א מגיד שיעור אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב״ד , אַ שטעלע וואס ער האָט געהאלטן 23 יאר. אין דער זעלביקער צייַט, האט ער געדינט ווי זיין פאטער'ס רעכטע-האַנט מענטש און האט באהאנדלט מיט רובֿ פון די רבנישע ענינים פון דער שטאָט. פון דעם יאר תש״ם האט ער געפירט די שטאָטישע כשרות סיסטעם.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]