משה לייב לאנדא

פֿון װיקיפּעדיע
משה לייב לאנדא
קיין פריי בילד
געבורט 10 יולי 1935
ט' תמוז ה'תרצ"ה
רמתיים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 30 מערץ 2019 (אלט 83)
כ"ד אדר ב' ה'תשע"ט
לאניאדא שפיטאל, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פאנאוועזשער ישיבה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טעטיקייט ארט בני ברק, ישראל
באלאנג חב"ד-ליובאוויטש חסידות
באשעפטיגונג אב בית דין און רב פון בני ברק
אמטן געפירט כשרות פון בני ברק
נשיא פון כולל ״פעמי יעקב״ פאר הוראה
זיינע רביס הרב ברוך שמעון שניאורסאן, הרב שלמה חיים קעסלמאן
פאטער יעקב לאנדא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים הרב יצחק אייזיק לאנדא
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי משה יהודה לייב לאַנדא (ט' תמוז ה'תרצ"ה , 10טן יולי 1935 - כ"ד אדר ב' תשע"ט, 30סטן מערץ 2019) איז געווען שטאָט׳ס רב און אב בית דין פון בני ברק. הרב לאַנדא האט געפירט די כשרות קערפערשאפט געגרינדעט דורך זיין פאטער, הרב יעקב לאנדא, אַ גוף אנגענומען דורך כמעט דעם גאנצן חרדי׳שן ציבור;‏[1] אויך האט ער געפירט דעם "פעמי יעקב" כולל און אנשטאלט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן געוואָרן אין רמתיים צו חיה מינא און הרב יעקב לאנדא, וואָס איז געווען דער ארטיגער רב. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין זיידען, דער רב פון דער שטאָט פון קאָרניץ אין ווייסרוסלאַנד. בערך אַ יאָר נאָך זיין געבורט, איז זיין פאטער געווארן באשטימט רב פון דעם יישוב בני ברק, און די משפּחה איז אריבערגעגאנגען וואוינען אין בני ברק.

ער האט געלערנט אין דער אור ישראל ישיבה אין פּתח תקוה , און עטלעכע יאָרן האט ער געלערנט אין דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תומכי תמימים ישיבה אין לוד ביי רבי ברוך שמעון שניאורסאָן און ביים משפיע רבי שלמה חיים קעסלמאַן . אין תשט״ו איז ער באשטימט געווארן א מגיד שיעור פאר דער כיתה פון יונגערע תלמידים. אין חודש אלול תשי״ח האט ער חתונה געהאט. אין תשכ״ד האט מען אים באשטימט ווי א מגיד שיעור אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב״ד , אַ שטעלע וואס ער האָט געהאלטן 23 יאר. אין דער זעלביקער צייַט, האט ער געדינט ווי זיין פאטער'ס רעכטע-האַנט מענטש און האט באהאנדלט מיט רובֿ פון די רבנישע ענינים פון דער שטאָט. פון דעם יאר תש״ם האט ער געפירט די שטאָטישע כשרות סיסטעם.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קינדער פון הרב לאנדא און זיין ווייב מרים זענען:

  • הרב שלמה זלמן לאנדא - משפיע אין די קהילות חב"ד-ליובאוויטש אין רעננה און בני ברק
  • הרב יצחק אייזיק לאנדא - ממלא מקום פון זיין פאטער אין דעם רבנות פון בני ברק און זיין כשרות סיסטעם
  • הרב ישראל לאנדא - מו"צ און חב"ד שליח פאר דער עברית־רעדניגער געמיינדע אין טאראנטא
  • הרב יוסף לאנדא - קאנטראלער פון דער לאנדא כשרות אין אייראפע‏[2]
  • הרב מנחם מענדל לאנדא - חב"ד שליח אין פאלא אלטא, קאליפארניע
  • הרב שניאור שמחה לאנדא - חב"ד שליח אין דעם קאמפוס אין נתניה
  • מרת נחמה דינה, ווייב פון הרב יוסף יצחק בעלינאוו - רב אין בני ברק, ראש ישיבה אין דער צענטראלער תומכי תמימים ישיבה אין כפר חב"ד און ראש כולל "פעמי יעקב"
  • מרת פֿראַדל שולמית, ווייב פון הרב נתן ווינקלער, קאנטראלער פון שחיטה פון דעם כשרות פון הרב לאנדא.
  • מרת חיה מינע, ווייב פון אליהו וויינבערג

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]