יוסף צבי קאליש
הרב יוסף צבי קאליש (ה'תרמ"ה, 1885 - ל' שבט ה'תשי"ז, 1טן פעברואר 1957) א פוילישער חסידישער רב, דער רבי סקערנעוויץ און רב פון דער זידלונג בני ברק.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן צו רב שמעון קאליש (ר' שימעלע) אן אייניקל פון רבי יצחק ווארקער. ביי 16 יאר אלט האט ער חתונה געהאט מיט חיה גאלדא, טאכטער פונעם ביאלער רבי׳ן רבי יצחק יעקב ראבינאוויטש, און נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ביאלע, און דערנאך האט ער זיך געצויגן אין ווארשע.
אין די תר״פ יארן האט ער איבערגענומען דאס רבנות אין קאָרטשעוו פון רבי שאול ידידיה אלעזר טאוב, דער מאדזשיצער רבי. נאך זיין פאטער׳ס פטירה אין תרפ"ז האט ער איבערגענומען די רעביסטעווע אין סקערנעוויץ.
אין תרצ״ה האט דער גרינדער פון דער זידלונג בני ברק, ר' יצחק גערשטנקארן, וואס איז געווען א סקערנעוויצער חסיד, האט פארבעטן זיין רבי ארויפקומען קיין בני ברק צו ווערן דער ארטיגער רב, א שטעלע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין לעצטן טאג.[1] ער האט זיך באפריינדעט מיטן חזון איש וואס האט אים געשטיצט ווי רב פון בני ברק. יעדע יאר פלעג ער פארן קיין פוילן צו באזוכן זיינע חסידים. ווען די צווייטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן איז ער געווען דעמאלטס אין ווארשע, און ער געדאנזשעט כאפן די לעצטע באן וואס איז ארויס פון דער הויפטשטאט ווארשע צו דער רומענישע פארט שטאט קאנסטאנצא, און ער איז צוריק קיין ארץ ישראל.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שארית יוסף, ליקוטים מדברי תורתו, ירושלים תש"ס, אין אוצר החכמה וועבזײַטלאוצר החכמה
- יצחק מרקוביץ,מוסטער:שעריםשעריםמוסטער:שערים
- קלמן אליעזר פרנקל,מוסטער:שעריםשעריםמוסטער:שערים; מוסטער:שערים