ישכר פראנקנטאהל
געבורט |
1956 (אלט 68 בערך) ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
מדינה | ישראל | ||||
לערנארט | ישיבה | ||||
פארטיי | אגודת ישראל | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
הרב ישכר פראַנקנטאַהל איז דער פארזיצער פון דער אצבע הגליל לאקאלער קאמיסיע פאר פלאניפיקאציע און בויען. ער איז געווען דער בירגערמייסטער פון בני ברק פון 2003 ביז 2008.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פראַנקנטאַהל האט פריער געדינט ווי פינאנץ־באאמטער פונעם עמנואל לאקאלן ראט און ראט פארזיצער פון 1996 ביז 2003. אלס פארטרעטער פון דער צענטראלער פראקציע אין אגודת ישראל האט דער גערער רבי גערופן פראַנקנטאַהל צו נעמען דעם אמט פון בירגערמייסטער פון בני ברק, גלייך נאך ווען ער האט געענדיקט זיין קאדענץ ווי ראט פארזיצער פון עמנואל. דער אמט איז געווען געהאלטן פאר דער פראקציע דורך דעם ראטאציע אפמאך פון דער קאאליציע, וואס אגודת ישראל און דגל התורה האבן פריער געחתמעט. פראנקנטאהל האט איבערגענומען דעם אמט פון הרב מרדכי קארעליץ.
לויטן אפמאך צווישן די צוויי פארטייען האט פראַנקנטאַהל געקאנטשעט זיין בירגעמייסטער אמט נאך איין קאדענץ. זיין ממלא מקום איז געווען הרב יעקב אשר פון דגל התורה.
היינט פירט פראנקנטאהל די גערער ישיבה אין בני ברק. זייט דעצעמבער 2010 דינט ער ווי פארזיצער פון דער אצבע הגליל לאקאלער קאמיסיע פאר פלאניפיקאציע און בויען, וואס פאראייניקט די יישובים: מטולה, יסוד המעלה, חצור הגלילית, ראש פינה און טובא-זנגרייה.
בירגערמייסטער פון בני ברק | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
דער ארטיקל וועגן א פאליטיקער איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |