ישראל פרוש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ישראל פרוש

הרב ישראל (שרוליק) פרוש (געב' 1980) איז דער בירגערמייסטער פון אלעד, געוויילט אין די 2013 וואלן.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שרוליק פרוש איז געבוירן געווארן אין ירושלים, דאס עלטסטע (בכור) פון 12 קינדער, צו הרב מאיר פרוש און זיין ווייב רחל, א טאכטער פון נחום יואל האלפערין. הרב מאיר פרוש איז דער פארזיצער פון דעם צענטער פון אגודת ישראל אין ירושלים, און איז אן אגודת ישראל דעפוטאט פאר יהדות התורה אינעם כנסת.

אלס בחור האט שרוליק געלערנט אין דער חזון נחום ישיבה אין בני ברק, און צוויי יאר האט ער געלערנט ביי הרב יצחק דוב קאפלמאן אין דער לוצערנער ישיבה אין דער שווייץ. נאך זיין חתונה האט ער אנגעהויבן ווערן טעטיק אין פאליטיק.