פרוי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א פרוי

פרוי איז דאס נקיבה געשלעכט פון מענטשן. געוויינליך מיינט דאס פרוי א דערוואקסענע נקיבה, און א יונגערע רופט מען א מיידל, אבער אפטמאל רופט מען יעדע נישט-געהייראטע פרוי א ״מיידל״ אדער א ״מויד״.

א פרוי האט א טראכט אין וואס א וולַד קען וואקסן. איר בעקן איז גרעסער ווי א מאנצביל כדי זי זאל קענען געבערן דאס קינד. א געוויינלעכע פרוי קען געבערן קינדער פון רייפונג ביז דער איבערגאנג (״מענאפויזע״).

דער קול פון א פרוי איז העכער. איר מוסקלען זענען אומגעפער 30% שוואכער פון א מאנצביל.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע פרוי איז געווען חווה. אנדערע פרויען דערמאנט אין דער תורה זענען נעמה, די אימהות שרה, רבקה, רחל, לאה, ווי אויך בלהה און זלפה, צפורה (די ווייב פון משה רבנו, און די טעכטער פון צלפחד (מחלה, נועה, חגלה, מילכה, תרצה).