שירה (קאפעליע)
[[]]שירה איז איינער פון די פירנדע חסידישע כאָרן (קאפעליע) אין די פאראייניגטע שטאטן באזירט אין ניו יארק.
שירה איז געווען פון די ערשטע כארן וואס האבן רעוואלוציאנירט די מוזיק סטיל ביי חסידישע שמחות.
זיי פארמאגן בסך הכל ארום דרייסיג מיטגלידער וועלכע פארן ארום זינגען וואו אימער די וועלט מען רופט זיי.
צוליב זייער שיינקייט און ספעציעלער הארמאניע נעמט מען זיי אפט זינגען אויף מוזיק אלבאמען און קאנצערטן.
גרינדונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געגרינדעט אין 2003 דורכן זינגער שרגא פייוול גאלד, וואָס האָט אָנגעפירט מיט דעם כאָר ביז ער האָט איבערגעגעבן די מוזיקאַלישע אָנפירונג צו יואלי הארוויץ. בײ געוויסע אונטערנעמונגען (בפֿרט אין אָנבליק פֿון דעם אַז דער כאָר פֿירט זיך אין עטלעכע אונטערנעמונגען אויפאמאל), דינען די כאָר מיטגלידער הערשי וויינבערגער און אלי שפּריי ווי מוזיקאַלישע אָנפירער.
זינגערס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- שמואלי אונגאר – ארויס צו אַ זעלבשטענדיגע קאַריערע
לוי פאלקאוויטש ארויס צו אַ זעלבשטענדיגע קאַריערע