לדלג לתוכן

פאשקעוויל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פאשקעווילען)
לייג דא א הסבר אויפ'ן בילד

פּאַשקעוויל אדער פּאַשקוויל אדער פאַסקוויל מיינט דערשיינלעכע צעטליך מיט פאַלשע אדער אמת'ע לשון הרע געצילט צו באשמוצן און פארשעמען איינעם, און עס האט נישט קיין חתימה.

פאשקעוויל רופט מען אין לשון הקודש מיט א מליצה "פתק אויל", דאס טייטש א נאריש צעטל.

א פאַשקעוויל איז א פאַרלוימדונג אָדער שפאָט-שריפט, געשריבן מיט אַ ציל צו פאַרלוימדן אָדער באַשמוצן די ערע פון אַ געוויסן פערזאָן.

דאָס שפאָט-שריפט פאַשקעוויל, געשריבן אין אַ וויציגער אויסשטעל, קען פיל מאָל טראָגן אַ בילדליכע רעפרעזענטאַציע.

"פאַסקווילאנט" (אין היימיש אידיש: "פאַשקווילאנט") ווערט גערופן דער פארפאַסער און אַרויסגעבער פון אַזאַ סאָרט צייטשריפט, וואָס איז, געווענדליך, פובליצירט אנאָנים אדער מיט א פסעוודאָנים.

אין די ערשטע צייטן פון די מאָדערענע וועלט, ווען דער באַגריף "פליגבלאַט" און "פלוג-שריפט" האָט נאָך נישט עקזיסטירט, זענען דאָס אויך באצייכנט געווארן אלס "פאַשקוויל", צוליב וואס די רעפרעזענטאַציע פון די אויסגאַבן זענען געווען אויסגעשטעלט צו בעאיינפלוסן די מאַסן.

דער נאמען "פאַשקוויל"

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער נאמען "פאַשקוויל" שטאַמט פון אַן אויסגעשניצטע סטאַטוע, פון זעכצנטן יאר-הונדערט, אין די שטאָט רוים, אונטערן נאמען: Pasquino"פאַסקעווינא". דער "פאַסקעווינא" סטאַטוע איז געווען באַדעקט פיל מיט עפיגראָמישע שריפטן אין די לאטיין שפראַך.

צוליב אירע עפיגראָמישע שריפטן איז דער סטאַטוע, אין משך פון די צייט, גאָר שנעל פאַרוואַנדלט געוואָרן צו אַ פלאַץ וואו יעדער אינדיווידואַלער, וואס האט זיך געוואלט אויסגעבן זיינע קריטיק קעגן דעם פויפסט און זיין קאַבינעט, האָט זיך אָפגעשריבן אַ פאָעטישער עפיגראם און דאָס אָנגעקלעבט אויף דעם "פאַסקעווינע" סטאַטוע. דער מנהג האָט אָנגעהאַלטן יאָרן לאַנג, ביז אין יאר 1870, ווען רוים און איטאַליע זענען געוואָרן איינס, דאַן איז דער מנהג גענצלעך בטל געוואָרן.


דער פאַשקעוויל אין דער חרדישער וועלט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין לעצטן יארהונדערט האָט זיך דער געדאַנק פונעם "פאַשקעוויל" שטאַרק צושפרייט צווישן חרדישן ציבור. די היימישע פאַשקעווילן זענען מיט גאָרנישט אַנדערש. זיי טראָגן געווענדליך דעם זעלבן ציל; נעמליך צו פאַרלוימדן, אָדער באַשמוצן, רבנים אָדער עסקני ציבור.


וועבלינקען איבער "חרדישע פאשקעווילן"

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]