געשלעכט

פֿון װיקיפּעדיע

געשלעכט אדער מין איז א באגריף אין ביאלאגיע וואס שילדערט א באשעפעניש ווי א זכר אדער א נקיבה. דער באגריף איז פאראן סיי ביי בעלי חיים סיי ביי פלאנצן. דער זרע פון א בעל חי אדער דער בלומענשטויב פון א פלאנץ קומט פונעם זכר; די נקיבה פראדוצירט אן אייעלע. רעפראדוקציע פאדערט א זכר מיט א נקיבה פון דעם זעלבן זגאל.

די קינדער ירשנען גענעס פון ביידע עלטערן.[1]

אויך זענען פאראן בעלי חיים וואס רעפראדוצירן אן א זכר מיט א נקיבה.

ביי מענטשן און זויגערס טראגט א זכר אן X און א Y כראמאזאם (XY), אבער א נקיבה טראגט צוויי X כראמאזאמען (XX), וואס איז א טייל פון דער XY סיסטעם. עס זענען פאראן אויך אנדערע געשלעכט סיסטעמען, ווי למשל די ZW סיסטעם אין פויגלען און די X0 סיסטעם אין אינסעקטן.[2]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. King R.C. Stansfield W.D. & Mulligan P.K. 2006. A dictionary of genetics, 7th ed. Oxford.
  2. Watkinson, S.C. (2015). The Fungi. Elsevier Science, 115. ISBN 978-0-12-382035-8. 


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]