לדלג לתוכן

עלעקטריע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון עלעקטעריציטעט)

עלעקטריע איז א גרופע פיזישע ערשיינונגען פארבונדן מיט דעם אנוועזנהייט און באוועגונג פון מאטעריע וואס האט א אייגנשאפט פון עלעקטרישע לאדונג, וואס פיצקילע באשטאנדטיילן ווי עלעקטראנען און פראטאנען פליסן און שאפן א קראפט וואס ציט און שטופט צווישן זיך. דאס קען מאכן בליצן און אויך ליכטיגקייט.

עלעקטריע שטאמט פון דעם גריכישן ווארט ήλεκτρον (עלעקטראן).

עלעקטרישע לאדונג איז א פיזישע אייגנשאפט פון מאטעריע, וואס איז גורם אן עלעקטראמאגנעטישע אינטעראקציע מיט אנדערע לאדונגען אדער מיט אן עלעקטרישן פעלד.

עלעקטרישע לאדונג איז א סקאלארע פיזיקאלישע גרייס וואס קען האבן פאזיטיווע אדער נעגאטיווע ווערטן.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עלעקטרישער שטראם

א שטראם דורך א רעזיסטאר שאפט א היצונג; דזשיימס פרעסקאט דזשול האט דאס שטודירט מאטעמאטיש אין 1840.

  • עלעקטרישער שטראם איז א פליסונג פון עלעקטרישער לאדונג. מיט אן עלעקטרישן שטראם פון 1 אמפער, גייט 1 קולאמב פון עלעקטריע פארביי א געוויסן פונקט אין 1 סעקונדע.
  • וואלטאזש איז דער "שטופ" הינטער דעם שטראם, און מעסט די צאל ארבעט אויף איין עלעקטרישער לאדונד וואס דער קוואל קען ווירקען. אז 1 קולאמב פון עלעקטריע האט 1 דזשול פון ענערגיע, האט ער 1 וואלט פון עלעקטרישן פאטענציאל.
  • עלעקטרישער קעגנשטעל איז די פעאיגקייט פון א סובסטאנץ זיך צו שטעלן קעגן דעם פליסן פונעם שטראם, ד"ה. צו פארמינערן די צאל שטראם וואס פליסט דורכן סובסטאנץ. ווען א וואלטאזש פון 1 וואלט האלט א שטראם פון 1 אמפער דורך א דראָט, איז דער קעגנשטעל פונעם דראט 1 אהם. די ענערגיע וואס ווערט אויסגעניצט ווערט פארוואנדלט אויף היץ, ליכט אא"וו.
  • עלעקטרישע ענערגיע איז די ענערגיע פון אן עלעקטרישן שטראם וואס לאזט פועלן עלעקטרישע אביעקטן. עלעקטרישע ענערגיע ווערט "קאנסערווירט", און מען קען זי באוועגן פון איין ארט צום צווייטן. מען מעסט עלעקטרישע ענערגיע אין דזשולן אדער אין קילאוואט־שעה'ן (kW h).
  • עלעקטרישע מאכט איז די ראטע פון ניצן אדער שפייכלערן עלעקטרישע ענערגיע. מען מעסט עלעקטרישע מאכט אין וואטן.
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עלעקטרישער קרייז

אן עלעקטרישער קרייז איז א צוזאמענשטעל פון עלעקטרישע קאמאפאנענטן וואס לאזט אן עלעקטרישע לאדונג פלוסן ארום א פארמאכטן שטעג (א קרייז); געוויינלעך איז דער צוועק אויפצוטון עפעס ווי צינדן א לעמפל. די פארשידענע קאמפאנענטן אין א קרייז זענען אזעלכע עלעמענטן ווי קעגנשטעלן, קאנדענסאטארן, אויסשלישערס, טראנספארמאטארן און עלעקטראניק.

עלעקטראניק איז א געביט וואס באהאנדלט קרייזן מיט תחום עלעקטראנישע באשטאנדטיילן געמאכט פון האלבדורכפירערס ווי דיאדעס און טראנזיסטארן. מיטן הילף פון עלעקטראנישע באשטאנדטיילן קען מען שאפן אמפליפייערס, שאלטער באשטאנדטיילן, לאגישע טויערן אא"וו. זיי זענען דער פונדאמענט פון מערסטע עלעקטראנישע געצייג און דורך זיי האט די טעכנאלאגיע זיך שטארק אנטוויקלט אין דעם 20סטן יארהונדערט.

עלעקטרישע קראפט ווערט גענערירט אדער מיט עלעקטראמעכאנישע גענערירערס, וואס מען טרייבט מיט פארע פון ברענען קוילן אדער נאפט, אדער פון א נוקלעארער רעאקציע, אדער פון קינעטישער ענערגיע וואס מען נעמט פון פליסנדיקן וואסער אדער ווינט.