טראנזיסטאר
מראה
א טראנזיסטאר איז אן עלעקטראנישער באשטאנדטייל וואס קאנטראלירט דעם פליעס פון עלעקטריציטעט צווישן די טויזעטער און גאר מיליאנען אדער ביליאנען קליינטשיגע באשטאנדטיילן אינעם עלעקטראנישן אפאראט אדער טשיפ.
א טראנזיסטאר האט דריי שטעכערליך (דראטן) וועלכע קומען ארויס דערפון, צוויי ווערן גענוצט פאר דעם פליעס פון עלעקטריציטעט, דער דריטער דראט איז דער קראן וואס קאנטראלירט וויפיעל עלעקטריציטעט זאל אדורך פליעסן. ווי מער עלעקטריציטעט מ'לייגט צו צום דריטען דראט אלץ ווייניגער עלעקטריציטעט לאזט עס דורך.
א טראנזיסטאר איז נוצבאר פאר עלעקטראנישע אינסטראמענטען וואס נוצען טשיפס און דארפן מאכן יא אדער ניין באשליסענס, דאס ווערט קאנטראלירט דורך דעם דריטען דראט.
היינטיגע קאמפיוטער טשיפס זענען זייער קאמפליצירט און פארמאגן איבער א ביליאן טראנזיסטארס!