קולאמב

פֿון װיקיפּעדיע

דער קולאמב (ענגליש: coulomb, געשריבן C) איז דער SI איינס פון עלעקטרישער לאדונג.

דער נאמען קולאמב נימט זיך פונעם פיזיקער שארל אויגאסטען דע קולאמב.

א גרעסערע לאדונג מיינט אז עס געפינען זיך מער עלעקטראנען.


ווען מען זאגט אז א אטאם איז אנגעלאדנט מיינט עס צו זאגן אז דער אטאם האט מער אדער ווייניגער עלעקטראנען ווי פראטאנען (א יעדער אטאם האט א אוועק געשטעלטן סכום פון פראטאנען אין נייטראנען, וואס פון דאס איז דער נאקלער צאמגעשטעלט, אבער עלעקטראנען קען מען צולייגן אדער אוועקנעמין דורך ניצן כח אדער אנדערע מיטלין ווי למשל רייבין צוויי זאכען צוזאמען). א אטאם וואס האט מער עלעקטראנען ווי פראטאנען ווירט אנגערופן א נעגאטיווער אטאם, אדער (-) וועגין עס וועט זיין אין דער אטאם ווייניגער פראטאנען ווי עלעקטראנען אין א אטאם וואס וועט האבין ווייניגער עלעקטראנען ווי פראטאנען (דאס הייסט אז עס איז דא מער פראטאנען ווי עלעקטראנען) ווירט אנגערופן פאזיטיוו אדער (+)


דער עלעקטראנישער כח וואס וועט זיין אינצווישן צוויי אטאמען וואס זענען טעון וועט זיך ווענדין מיט וויפיל עלעקטראנען יעדער אטאם איז איבער געפילט אדער אונטער געפילט (דאס הייסט אז דער אטאם האט מער אדער ווייניגער עלעקטראנען ווי עס קומט ארגינעל.)

אלץ ווייטער איין אטאם וועט זיין פון צווייטע אלץ שוואכער וועט זיך איינץ ציען צום צווייטן, אדער זיך אוועק שטופן איינץ פון צווייטן.

דער קלענסטער איינס פון לאדונג איז דער עלעקטראן. די לאדונג פון איין קולאמב איז גלייך צו דער לאדונג פון 6,241,509,629,152,650,000 עלעקטראנען.

די דעפיניציע פון איין קולאמב איז די לאדונג וואס א שטראם פון איין אמפער טראגט דורך איין סעקונדע.