באוועגונג

פֿון װיקיפּעדיע

באַוועגונג איז א צענטראלער באגריף אין פיזיק, וואס באדייט אן ענדערונג אין דער לאקאציע פון א קערפער אין גאנג פון צייט אין פארהעלטעניש מיט זיין סביבה, אזוי ווי אן אבסערוואטאר אין א געוויסער באצוג-סיסטעם מעסט די לאקאציע.

וואס איז באוועגונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שוין אין דער צייט פון די אוראלטע ן גריכן האט מען געקלערט וועגן באוועגונג, אזוי ווי מען זעט ביי זענאנ'ס פאראדאקסן, אין דעם 5טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג.

א פארמאלע באזירונג פארן באגריף פון באוועגונג איז ערשט געקומען ביים סוף פונעם 17טן יארהונדערט, דורך ניוטאנ'ס באוועגונג-געזעצן. די געזעצן זענען געווען די פונדאציע פון קלאסישער מעכאניק ביזן סוף פונעם 19טן יארהונדערט. די רעכענונגען לויט ניוטאנ'ס געזעצן זענען געווען גאנץ גענוי, ביז די צייט איז געקומען ווען פיזיקער האבן אנגעהויבן פירן הויכגיך־עקספערימענטן.

ביי די הויכע גיכן זעט מען אז די געזעצן פון ניוטאן הערן אויף געבן גענויע רעזולטאטן. דאס איז געווען א שווערער פראבלעם ביז אלבערט איינשטיין האט פארגעשטעלט זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט.