רעזיסטאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
פארשידענע רעזיסטארן; זייער קעגנשטעלן ווערט געוויזן מיט א קאליר קאד.

א רעזיסטאר אדער קעגנשטעלער אין אן עלעקטרישער באשטאנדטייל וואס גיט עלעקטרישן קעגנשטעל אין א שטראמקרייז.

דער שטראם אדורך א רעזיסטאר איז אין גראדער פראפארציע צום וואלטאזש אריבער די טערמינאלן פונעם רעזיסטאר. מען רעפרעזענטירט דאס פארהעלטעניש מיט אהמס געזעץ:

I = {V \over R}

וואו I איז דער שטראם אדורך דעם דורכפירער אין איינסן פון אמפערן, V איז דער פאטענציאל־דיפֿערענץ אריבער דעם דורכפירער אין איינסן פון וואלטן, און R איז דער קעגנשטעל פונעם דורכפירער געמאסטן אין איינסן פון אהמען (Ω).

דאס פארהעלטעניש פונעם וואלטאזש אנגעווענדט אריבער א רעזיסטאר'ס טערמינאלן צו דער שטארקייט פונעם שטראם אין דעם קרייז ווערט גערופט זיין קעגנשטעל; מען קען אננעמען אז דאס בלייבט קאנסטאנט (ד"ה אומאפהענגיק אויפן וואלטאזש) פאר געוויינלעכע רעזיסטארן.

מען טרעפט רעזיסטארן שטענדיק אין עלעקטרישע נעצווערק און עלעקטראנישע קרייזן. מען מאכט רעזיסטארן פון פארשידענע געמישן, למשל ניקל־כראם.

קאליר קאד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די ווערטן פון א רעזיסטאר ווערן געוויזן מיט קאלירן אויף דער זייט פונעם רעזיסטאר. מען ניצט די קאלירטע בענדער שווארץ, ברוין, אראנזש, געל, גרין, בלוי, לילא, גרא און ווייס. יעדער קאליר רעפרעזענטירט א נומער: שווארץ רעפרעזענטירט דעם נומער 0, ברוין רעפרעזענטירט דעם נומער 1, רויט איז 2, אא"וו ביז ווייס וואס רעפרעזענטירט 9. אינעם פעלד פון עלעקטראניק זענען די נומערן גאר וויכטיק.‏[1]


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. Resistor Color Code. דערגרייכט דעם ‏20סטן מיי 2012.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: רעזיסטאר