וואלטאזש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך


וואלטאַזש אדער עלעקטרישע שפאַנונג איז די ענדערונג אין עלעקטרישן פאטענציאל צווישן צוויי פלעצער. וואלטאזש ווערט געמאסטן נאר צווישן צוויי פלעצער, למשל די פאזיטיוון און נעגאטיוון טערמינאלן פון א באטעריע, אדער צווישן א דראַט און גרונד. אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן מעסט מען וואלטאזש אין וואלטן.

דער נאמען "וואלט" שטאמט פונעם איטאליענישן פיזיקער אלעסאנדרא וואלטא וואס האט געשאפן די ערשטע כעמישע באטעריע.

דעפיניציע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די עלעקטראסטאטישע קראפט איז א קאנסערווירנדיקע קראפט וואס מען קען דערפאר באשטימען זי פון א פאטענציאלער ענערגיע וואס מען רופט עלעקטראסטאטישע פאטענציאלע ענערגיע. די עלעקטרישע פאטענציאלע ענערגיע פון א לאדונג אין א געוויסן פונקט איז די ארבעט וואס מען דארף טון צו ברענגען די לאדונג פון יענעם פונקט צום גרונטפונקט; די ענערגיע איז פראפארציאנעל צום גרייס פון דער לאדונג. דער וואלטאזש V צווישן צוויי פונקטן איז די אונטערשייד צווישן דעם עלעקטרישן פאטענציאל אין די צוויי פונקטן.

אלץ העכער דער וואלטאזש וועט זיין, וועט זיך די עלעקטראנען רוקן מיט אלץ א שטערקרן כח.

וואלטאזש וועט מען אייביג נאר קענען רעכענן אינצווישין צוויי פלעצער.

דעם וועג וויאזוי מען רעכינט דעם וואלטאזש (פאטענציאלע ענערגיע) אויף א געוויסן פלאץ איז, אז מען קוקט וויפל כח וועט מען דארפין ניצן כדי צי קענען אריין שטיפין (קעגין דער וועיג פין וואס דער כח קומט) אין עים א גאנצע קולאמב פין עלעקטראנען, דאס הייסט אז אויב דער כח אויף יענער פלאץ איז איין וואלט (אז עס וועט אוועק שטיפן דאס וואס מען פרעבירט אריין צי שטיפין אין עים מיט דער כח פין איין נאטון אויף יעדער קאלאמב) וועט מען דארפין ניצן א גאנצער נאטון פון כח כדי צי קענען אריין שטיפן דארט א גאנצע קאלאמב פון עלעקטראנען.

יעצט, אויב מען וויל רעכענען דער וואלטאזש אינצווישן צוויי פלעצער אין א סירקעט, קען מען נעמין דער גרעסירע וואלטאזש (שטערקערע) אין אראפ נעמין פין דעים דער קלענערע נאמער פון וואלטאזש, אין עס וועט איבער בלייבין דער צווישין שייד,אין דאס וועט זיין דער וואלטאזש פון איצווישן יענע צוויי פלעצער.

אויב מען וועט רעכענען דעם וואלטאזש אויף א פלאץ וואס אינצווישן זיי ביידע איז דער וואלטאזש דער זעלבע שטארק וועט דער וואלטאזש אויף יענער פלאץ זיין 0v.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואלטאזש