לדלג לתוכן

אורי לופאליאנסקי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אורי לופליאנסקי)
אורי לופאליאנסקי
געבורט 29 אויגוסט 1951 (אלט 73)
חיפה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, אקטיוויסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אורי לופאליאנסקי

אורי לופּאָליאַנסקי (געב. 1951) איז געווען דער בירגערמייסטער אין דער ירושלימער מוניציפאליטעט פון ירושלים פון 2005 ביז 2009. ער האט אויפגעשטעלט, און איז דער פארזיצער פון, די יד שרה געזעלשאפט וואס באזארגט געצייג פאר מענטשן וואס ליידן פון דעפעקטיווקייטן.

ער איז א חרדישער ייד. און א שטארקער פארעהרער פון הרב יוסף שלום אלישיב.

לופאליאנסקי איז געבוירן אין יאר 1951 אין חיפה צו זיין פאטער יעקב לופאליאנסקי, א פוילישער ייד, און זיין מוטער, מלכה ראזנבלום. ער האט געלערנט אין דער ליטווישער ישיבה גדולה תורה אור אין קרית מאטערסדארף, ירושלים און אויך אין ישיבת הנגב אין נתיבות.

לופאליאנסקי האט געדינט אלס פאראמעדיקער אין דער מיליטער. אין 1976 האט לופאליאנסקי אויפגעשטעלט "יד שרה", אן ארגאניזאציע מיט 6,000 וואלונטירן פארשפרייט איבער גאנץ ישראל וואס העלפט קראנקע און בארגט זיי מעדיציניש אויסריכטונג. פאר זיין ארבעט אין דעם פעלד האט ער באקומען עטלעכע פריזן, צווישן זיי (אום 1994) דעם ישראל פריז.

ער האט חתונה געהאט מיט מיכל, אן אייניקל פון הרב יצחק ברויער. זיי האבן צוועלף קינדער.[1]

אורי לופאליאנסקי איז געוועלט געווארן אלס מיטגליד אין דער ירושלים שטאטראט צומערשט אום 1989. ער איז א פארטרעטער פון דער דגל התורה פארטיי, וואס לויפט אין די וואלן צוזאמען מיט אגודת ישראל אונטער דעם נאמען פאראייניגטע תורה יידישקייט.