לדלג לתוכן

זייגער

פֿון װיקיפּעדיע
ביי חסידים גייט מען נאר טראדיציאנאלער טאשן זייגער...

א זייגער (ענגליש: clock, העברעאיש: שעון, לשון קודש: מורה שעות) איז א מכשיר אדער סיסטעם וואס ווייזט אדער מעסט די צייט. מענטשן נוצן א זייגער כדי צו וויסן וויפיל אזייגער עס איז, צו פלאנירן טאג־טעגליכע אקטיוויטעטן, ארבעט, דאווענען און אנדערע זאכן.

דער ווארט זייגער ווערט באנוצט פאר פארשידענע סארטן צייט־מעסטערס, סיי א וועקער־זייגער, א וואנט־זייגער, א האנט־זייגער, און היינט אויך דיגיטאלע זייגערס אויף טעלעפאנען און קאמפיוטערס.

פריע זייגערס זענען געווען פשוטע זון־זייגערס, זון זייגער. וואס האט געוויזן וויפיל די זון האט זיך שוין געבויגן צו מערב. לויט דעם האט מען געוואוסט אז דער טאג איז שוין אט אט פארביי.אדער זאמד זייגער א זייגער מיט זאמד וואס פליסט דורך א שמאלן דורכגאנג צו מעסטן צייט (a sand-filled clock שפעטער זענען אנטוויקלט געווארן מעכאנישע זייגערס אין מיטל־אלטער, וועלכע האבן גענוצט ראדערלעך און געוויכטן. אין נייערע צייטן זענען געקומען ספּרינג געטריבענע זייגערס, און שפעטער קווארץ־זייגערס, וועלכע זענען זייער גענוי.

אמאל ווען מען האט אלע זייגערס געדארפט צוזאמשטעלן מיט די הענט און עס איז געווען זייער טייער עס פלעגט זיין א 'גלאק טורעם' וואס אויף דעם איז געווען צו זען א גרויסע זייגער, און עס האט געקלונגען אין באשטימטע צייטן, געוויסע אום 12 אזייגער, און געוויסע יעדע שטונדע. פון דעם האט מען שפעטער געמאכט די טייערע גרויסע זייגערס, וואס רייכע לייט האבן געהאט אין שטוב, און נאך שפעטער איז געווארן מעגליך א טאשן זייגער.

  • וואנט־זייגער – ווערט געהאנגען אויף דער וואנט אין שטוב אדער אין אפיס
  • האנט־זייגער – ווערט געטראגן אויף דער האנט
  • וועקער – זייגער וואס וועקט אויף אין א באשטימטער צייט
  • טורעם־זייגער – גרויסע זייגער אויף געביידעס אדער טורעמס
  • דיגיטאלער זייגער – ווייזט די צייט מיט נומערן, אפט אויף עלעקטראנישע סקרינס

אין אידישן לעבן האט די צייט א וויכטיגע ראלע, בפרט לגבי זמני תפילה, שבת און יום טוב. דעריבער איז א גענויע זייגער זייער נויטיג אין טאג־טעגליכן לעבן.

אין אסאך קולטורן סימבאליזירט דער זייגער די פליסנדיקייט פון צייט און דער געדאנק אז צייט גייט ווייטער און קומט נישט צוריק. אין חסידישער געדאנק ווערט אפט אונטערגעשטראכן אז מען זאל נוצן די צייט אויף תורה, תפילה און גוטע מעשים.

צייט קאלענדאר שעה