הייד פארק (וועבזייטל)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הייד פארק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Accessories-text-editor.svg
דער אויסלײג פֿונעם אַרטיקל איז גרײַזיק. ביטע פֿאַרעכטן!
לאגא

הייד פארק איז געווען א ישראלישער וועבזייטל וואו עס זענען געווען פילע שמועס-פארומס אין וועלכע עס האבן געשריבן רעגולערע און נייע באנוצער, וואס יעדער איינער קען זיך עפענען זיין אייגן פארום און שמועסן. מ'קען ארויפלייגן בילדער און לינקס, - און די חברים שמעוסן און דעבאטירן דעם ערשטען הודעה מיט אייגענע קאמענטורן וואס ציעט זיך אונטער דעם. עס איז מסודר אין אשכולות (בינטלעך) געהענגעלעך. וואס מען דרוקט אויף א קעפל גייט דאס אריין אין דעם גוף פון דעם אשכול.

דער זייטל איז גערופן געווארן נאך א באקאנט פארק אין לונדון וואס עס קומען זיך אהין צוזאם יעדן טאג אינטעלעטואלן צו דעבאטירן אקטועלע טעמעס.

דער גרעסטער חרדישע פארום דארטן איז געווען בחדרי חרדים. כאטשיג דאס איז געעפענט געווארן אין העברעיש און רוב באנוצער שרייבן העבערעיש, איז אבער אויך געווען ענגלישע פארומען, ווי עצור כאן חושבים.

עס איז אויך געווען זייער פאפולער ביים חסידישען קרייז. עס זענען געווען צענדליגע אידיש שפראך פארומען פיל מיט די סאטמער מחלוקת ווי כל העולם כולו אבער אסאך זענען אויך סתם נייעס און וועלטלעכע פאליטיק, ווי חדשות אנש. אויך איז דא איבער נגינה: חדשות אנש עולם הנגינה

אויך איז דא היי טעק איבער פארשידענע אינטערעסאנטע נייע טעכענעלאגישע ערפונדונגען און קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס.

עס איז א ארט פאר פראגראמירערס, טעכניקער, ביזנעס לייט, און סתם קאמפיוטער באנוצער, מען קען דארט פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, ווער עס דארף הילף בנוגע פראגראמירן, טעכניק, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער און דעם אינטערנעט, הויפטזעכליך איז דער מדובר אין זאכן וואס קענען העלפן פאר ביזנעס ענינים.

פאר זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן אין אלע ענינים חוץ פאליטיק איז דא משפחה אידיש.

מקומות הקדושים און סתם שפאצירונג.

די גרינדער און מנהלים קענען אויסבלאקירן און אויסקלויבן וועמען זיי לאזן שרייבן און לייענען.

Jidysz.svg

אלע יידיש-שפראך וועבזייטלעך

יידישע וויקיפעדיע • אידישע וועלט • הייד פארק • תפוז יידיש • דער אלגעמיינער זשורנאל • פארווערטס • יוגנטרוף • לעבנס פראגן • יונג יידיש • מלחמה איבערלעבער • קאווע שטיבל • יידישע קיינציקלאפעדיע