היי טעק (פארום)

פֿון װיקיפּעדיע

היי טעק איז א הייד פארק פארום, אן אינטערנעט שמועס פלאץ אויף יידיש וואו יידיש רעדנדע חרדים פארברענגען.

די טעמע איז איבער טעכענעלאגיע

פארשידענע אינטערעסאנטע און נייע טעכענעלאגישע ערפינדונגען און נייע קאמפיוטער פראגראמען און זייערע פיטשעווקעס

מען קען דארט פרעגן פראגעס, עצות, און פראבלעמען, און מ'טוט ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן בנוגע פראגראמינג, קאמפיוטער טעכניקער, און סתם הילף אויפן קאמפיוטער, און דעם אינטערנעט.

עס איז דארט א וויכטיג ארט פאר היימישע פראגראמער, היימישע קאמפיוטער טעקנישאן, היימישע ביזנעס'לייט, און סתם היימישע קאמפיוטער באנוצער

הויפטזעכליך איז דער מדובר אין זאכן וואס קענען העלפן פאר ביזנעס ענינים. ווייל כידוע דער קאמפיוטער און דער אינטערנעט ווערט באנוצט דורך די עלטערע ערענסטע מענטשן חרדים אין מערסטענטייל נאר פאר מסחר.

אנדערשט ווי רוב הייד פארק פארומס, איז ער ריין פון יעדער מחלוקת, לשון הרע, פאליטיק, און אפילו פון ליצנות. עס דרייען זיך דארטן אין מערסטענטייל נאר ערענסטע מענטשן וואס זענען שטארק פארנומען איבערן טאג, און דעריבער גיסט זיך נישט דארט קיין שפע פון תגובות אזוי ווי אין אנדערע פארום'ס. אבער כמעט יעדע תגובה איז אינטערעסאנט אדער באלערנד