לדלג לתוכן

כשרות

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון כשר)
כשרות בד"ץ קראון הייטס אויף דער צונג פון א קו
כשרות הרב שמחה הכהן קוק והרב אברהם רובין רחובות
מסעדה כשירה בשדרה השניה במנהטן

כשרות איז תורה'דיגע געזעצן וואס איז פארהאן אין אידישקייט, אויף די סארטן עסנווארג, וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.

אן עסנווארג וואס איז אויסגעהאלטן צו עסן לויט די תורה'דיקע פארשריפטן איז כשר.

אין די פארשידענע שטאַטן אין אמעריקע געפונט זיך אזא זאך ווי "כשרות געזעצן", דאס הייסט אז די שטאט טיט פארזיכערען אז די אלע געשעפטן וואס געבן זיך אן אלץ כשר זאלן טאקע היטן כשרות לויט די סטאנדארטן פון די וועד הכשרות וואס דער געשעפט אדער פארבריק האט, און עס זענען ספעציעל גשטעלט אינספעקטארן אויף דעם, אויב די רעגירונג כאפט א קאמפאני וואס איז עובר אויף איהרע כשרות געזעצן, קען די קאמפאני ווערן באשטראפט אדער גענצליך פארשלאסן.

עס זענען אויך דא אסאך נישט אידן וואס זוכן דערעקט כשר'ע עסן, וויבאלד די עסן וואס ווערט גמאכט דורך א הכשר איז ריינער און האט א איבערזוכט פון א רבנישע קערפערשאפט.

פיל מוסלמענער אין אמעריקא עסן בלויז כשרע פלייש, און קויפן עס אין א כשר'ע שלאכט הויז, וויבאלד זיי מעגן נאר עסן פלייש וואס איז גע'שחט'ן.

אז מען ניצט געשיר אויף טריפה'ן עסן, אדער מען ניצט מילכיגע געשיר אויף פליישיגס אדער פארקערט, ווערט עס טרעף, און מען טאר עס נישט ניצן ווייטער. אין געוויסע אופנים קען מען כשרען די געשיר.

הכשרים...

עס זענען דא אסאך ערליי הכשרים

אין אמעריקא איז דער באקאנטסטער הכשר דער "יוניאן פון ארטאדאקס דזשושאיש קאנג." באקאנט מיט אירע בוכשטאבן OU. אדער די OK וואס איז אונטער דער אויפזיכט פון ר' דן יואל ליווי.

צווישן די חסידישע קרייזן איז פון די באקאנטע הכשרים, התאחדות הרבנים דער וואלאווער רב, זיין ברודער דער נירבאטור רב די טארטיקאווער בית דין, ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל, און טארטיקאווער רב.

אין ארץ ישראל איז פון די באקאנטסטע הכשרים, דער רבנות הראשית, דער הכשר פון עדה החרדית אין ירושלים, רב משה יהודה לייב לאנדא אין בני ברק און הרב אברהם רובין אין רחובות.