עגונה
אויסזען
עגונה איז אַ פרוי וואס איז לויט די אידישע הלכה נאכאלטס פארעכענט ווי א מאַנס װײַב אבער איר מאַן האָט איר פֿאַרלאָזט, און זי טאָר נישט חתונה האָבן לויט די הלכה. די זעלבע איז מיט א פרוי וואס עס איז נישטא קיין עדות אז איר מאן לעבט שוין נישט, און אזא פאל דארף מען זעצן א בי״ד וואס זאל דן זיין אדער גובע עדות זיין, און אויב זיי באשטימען א היתר דאן געבן זיי איר א כתב מיט א היתר חתונה צו האבן. עס איז אויס געקומען מערערע מאל דורכאויס היסטאריע וואס מען האט געדארפט קובע זיין געוויסע חזקות לויט די אומשטענדן א שטייגער די גזירות ת״ח ות״ט, נאך די ערשטע וועלט מלחמה, און די צווייטע וועלט מלחמה.