ישראל מענדל שווארץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

ר' ישראל מענדל שווארץ כ"ק אדמו"ר מ'לאשאנץ שליט"א.

YM Schwartz.jpg

געלונגענער בדחן; משמח אלוקים ואנשים.

געלערנט אין כולל יארן לאנג און דארט געווארן א בדחן נאכדעם וואס עסקנים האבן געוואלט אראפברענגען דעם פרייז פון בדחנות. ער האט זיך אנגעטראגן צו פרובירן משמח זיין חתן וכלה פאר שפאט ביליג. ער האט טאקע אראפגעברענגט די טיייערע פרייזן און מיט דער צייט געווארן א גוטער בדחן.

היינט צו טאג איז ער א גרויסער עושר פון ריעל עסטעיט און דאס ליצנות איז אים ארויף אין קאפ - ער האט זיך דערקלערט אלס אדמו"ר צו מאכן לעבעדיג די וועלט.

איינער פון די הויפט פאקטארן פארוואס ער האט זיך געקרוינט אלס אדמו"ר איז, צו ווייזן דעם אמת אז אן ערליכער איד האט גארנישט מיט אן אדמו"ר; מ'קען זיין א שטריק און אויב דער טאטע אדער באבע איז א רבי ווערן די קינדער און אייניקלעך רעביס אויטאמאטיש. ער וויל ארויסברענגען די לעכערליכקייט פון אזא סיסטעם, און די חסידים פון רעביס ווילן אים הרגענען פארן דאס מגלה זיין פארן עולם.

אנפאנג פלעגט ער זיך רופן וואלאבאיטער רב ווייל ער האט געווינט אויף וואלאבאיט א גאס און וויליאמסבורג, אבער לעצטענס האט ער געפענט א עמטליכע ביהמ"ד ווי מען דאווענט יעדן טאג האט ער אויפן פארלאנג פון זיין משפחה געטוישט דעם נאמען אויף לאשאנץ נאך א נאמען פון זייער זיידע די לאשאנצ'ער רב.