טעקסי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַ לאָנדאָנער טעקסי
אַ טעקסי אין ניו יאָרק
אַ טעקסי אין ישראל

אַ טעקסי אדער טאַקסי איז אַן אויטאָ, אַ ווען אדער אַנדערער פֿאָרמיטל וואס ווערט באנוצט פֿאַר פּובליקע טראַנספּאָרט. מענטשן נוצן זיי צו גיין צו זייערע ציל דירעקטלעך, אָן סטאַנציעס צווישן די ערשטער און לעצטער פּלאַצן. פֿילע גרויסע שטעט ניצן טעקסיס.

פֿאַר מערסט אַנדערע סארטן פּובליקע טראַנספּאָרט אַזוי ווי אַ בוס, טראַם אדער באַן, דער פּאַסאַזשיר קען נישט קלייבן וואו צו אויפֿגיין אדער אויסשטייגן. דאָזיקע פֿאָרמיטלען אַפֿט ניצן ספּעציפֿישע טראַקטן אדער נאָכפֿאָלגן אַ זייער ספּעציפֿישער מאַרשרוט. צוליב דאָס, געוויינטלעך זיי האַלטן נישט פּונקט וואו זייערע באַניצערס ווילן.

צו פֿאָרן מיט אַ טעקסי איז זייער ענלעך צו פֿאָרן מיט אַ פּריוואַטן אויטאָ, אבער דער באַניצער איז נישט דער שאָפֿער. טעקסיס אַרבעטן אין פֿאַרשידענע וועגן ארום דער וועלט, אבער דער פּאַסאַזשיר דאַרף נאָר מעלדן דעם שאָפֿער וואו אהין ער וויל גיין. אין מערסט פֿאַלן וועט דער אָפצאָל פֿאַר דער רייזע ווערן אָפּהענגיק אויף דער דיסטאַנץ פֿונעם אויפֿגיין פּלאַץ, אבער דער אָפצאָל פֿאַר אַ טעקסי רייזע ווערט געוויינלעך העכער ווי אַנדערע סארטן טראַנספּאָרט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טעקסיס