ווען (פארמיטל)
א ווען אדער פֿורגאָן (ענגליש: van) איז א גרעסער סארט אויטאמאביל פון א געווענליכן קאר. עס איז פאראן צוויי הויפט סארטן:
- א מיני ווען וואס באשטייט געווענליך פון 7-8 פאסאזשירן
- א 12-15 פאסאזשיר ווען וואס באשטייט געווענליך פון 12 ביז 15 פאסאזשירן, וואס אויב זוכט מען גרעסער פון דעם געווענליך גייט דאס שוין אריין אי די קאטעגאריע פון א מיני באס וואס דאס איז א שטייגער אזוי ווי מיני ווען צו א ווען, איז פארהאן א מיני-באס צו א באס
באנוצער'ס דערפון
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז דא עטליכע סיבות, פארוואס א מענטש זאל אויסוועלן דאס איבער אנדערע סארט אויטאמיבלן
מענטשן מיט גרעסערע פאמיליעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס איז זייער א פשוטער חשבון אז א פאמיליע מיט מער פון 4-5 מיטגלידער "מוזן" פשוט אנקומען צו א טראנספארטאציע מיטל וואס זאל זיי קענען אנטהאלטן
בעלי מלאכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי אויך איז דא בוי מייסטער'ס וואס זיי זענען נישט גענוג גרויס צו נוצן א גרויסן טראק, און/אדער ארבייטן זיי בעיקר אין אזעלכע געגענטער וואס גרויסע טראקס טארן נישט אריינפארן דארטן דארפן זיי קענען אבער צוקומען מיט זייערע אונסטרומענטן און געהילץ א.ד.ג.
עס איז אביסל העכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז דא מאנכע וואס שפירן נישט אזוי זיכער פארנדיג צו נידריג אויפן שאסיי, צוליב סיי וועלכע סיבה, א ביישפיל מען קען נישט קוקן גענוג ווייט פון פאראויס, בפרט און א שווערן וועטער.
ווי אויך עלעטער מענטשן, וואס פאר זיי איז דאס פארן נידריג צו דער ערד זייער א גרויסער אפקומעניש, צוליב דעם וואס די נאטור מאכט אז מען זאל שפירן שטערקער יעדן זעץ ווי נידעריגער מען איז.
פראכט פירונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווי אויך איז דאס זייער פאסיג פאר מענטשן וואס טוען ארומפירן און/אדער אפטראגן צו מענטשן/פלעצער סיי וואספארא קלענערע פראכט, א שטייגער ווי די פאסט טוט יעדן טאג אויף א ריזיגן פארנעם
זיכערהייט סיבות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס איז דא מענטשן וואס האלטן אז עס איז זיכערער צו פארן און אביסל א גרעסערן אויטאמאביל, אפגעזעהן צו זיי זענען גערעכט, זענען זיי פארט א גרופע וואס באנוצן זיך און ריזיגע קוואנטומען מיט די סארט ווען/מיני-ווען'ס