ליפא שמעלצער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
ליפא שמעלצער

אלעזר ליפא שמעלצער (געבוירן ח' אדר ב' ה'תשל"ח) איז פון די גרויסע מפורסמים אין דער ארטאדאקסישער יודישער געמיינדע. ער איז א זינגער, אקטיאר, מאדעל, בדחן, אימפּראַוויזיער. ער איז שטארק פאפולער ביים חרדישן אידנטום בעיקר צוליב זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן.

מיט זיינע מוזיקאלישע טאלאנטן האט ער באוויזן אז ער גייט זיין אייגן וועג. ער ווערט גערעכנט אלץ א מאוועריק, און האט געווינען שבחים פון פילע מוזיק קריטיקער.

ליפא האט דורכאויס די יארן געהאט די זכיה צו זינגען און מהנה זיין און האבן א קשר מיט גדולי הרבנים און אדמורי״ם, א שטייגער ווי: הרב יוסף שלום אלישיב, הרב עובדיה יוסף, דער ֿֿטאהשער רבי]], און הרב אברהם יוסף ראזענבלום, מיט וועם ליפא פלעגט לערנען בחברותא א לענגערע צייט.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ליפא איז געבוירן ח' אדר שני ה'תשל"ח צו ר׳ ראובן שמעלצער, א סקווערער חסיד, אין שיכון סקווירא, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן, וואו ער איז אויפגעוואקסן. זייענדיג צעהן יאר אלט, האט ער אנגעהויבן זינגען אויף קאסעטעס, וואס זיין ברודער זושא שמעלצער האט געמאכט, 'שופר של משיח' און נאך קינדער טעיפס, זינט דאן איז ער געווארן גערעכענט אלץ א ילד הפלא, פארמאגנדיג א שטארקע און שארפע שטימע.

אום ה' אלול ה'תשנ"ח האט ער חתונה געהאט אין סקווירא דארט וואו ער איז געווארן א איידעם, און דארט געוואוינט ביזן יאר תשס"ו, דאן האט ער זיך געצויגן קיין עירמאנט, וואו ער איז געווארן דער מנהיג פון זיין באשיידענער קהילה, און ביהמ"ד דקהל עירמאנט.

ליפא איז שוין אקטיוו דרייצן יאר, מיט זינגען און בדחנות, מיטן ארויסגעבן קאסעטן און שפילן אויף דער טריבונע.

מאָדעלינג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ליפא שמעלצער איז היינט צוטאגס פון די מערסטע באוואוסטע זינגערס ביים היימישן ציבור, וואס זיינע שטיצער גייען ממש בלינד נאך יעדע זאך וואס ער טוהט, נישט דווקא מיטן זינגען, נאר מיט יעדער זאך. אינעם פארגאנגענהייט, האט זיך שמעלצער שוין ארויסגעשטעלט אלץ 'סעמפלער' פאר דער צייטונג 'בקהילה' וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע אינטערעסאנטע און לאכעדיגע שטיקעס.

שמעלצער אליין שטעלט זיך ארויס מיט מאדנע מנהגים, ווען יעדע צייט טוישט ער ברילן אויף אינטערעסאנטערע, און אויף זיין קאר, זיין העמד, זיין קאפל זיינע קאלירטע בעקיטשעס, אויף די קנעפלעך, אויף אלץ שרייעט ארויס 'ליפא', וואס דאס געבט ער צושפייז זיינע יונגע מעריצים, וואס ווערן ממש צעדרייעט פאר יעדער תנועה וואס ער געבט. באזונדער ווען ער ערשיינט אויף דער טריבונע גייט דער צושויער ארויס פון גלייכגעוויכט, ווי ביי די וועלטס גרויס באוואוסטע פערפארמערס.

שמעלצער האט געצויגן שטארקע קריטיק צו זיינע לידער און מוזיק פון אנדערע אין דעם עכט חרד'ישן אידנטום וועלכע זארגן אז זיין מוזיק ברענגט אריין אומגעוואונטשענע השפעות פון דער ארומיגער וועלט. געוויסע קרייזן, הויפטזעכליך די חסידישע, האבן אנגענומען אקציעס אפצורעדן זייערע נאכפאלגער פון קויפן אדער אויסהערן שמעלצער'ס ווערק. ווי ארויסקומען מיט איסורים אויף זיינע אלבאמען. טראץ דעם וואקסט זיין פאפולעריטעט טעגליך.

טויזנטער אידן פון איבער דער גאנצער וועלט זענען שטארקע אנהענגער אין ליפא. אויף אים איז צו פארדאנקען גאר אסאך פון דעם הייניטיגן סטיל, וואס ליפא אלס א שעפערישער פערזאן, איז ער אייביג אויפגעקומען מיט עפעס פריש. ער איז געווען דער ערשטער אנצוטוהן די היינט פאפולערע ״מאט בעקיטשע״. אזוי אויך די שיינע סטילישע ברילן, און רביש׳ע געפלאכטענע טלית בייטלעך, וואס יעדער איינער טוט אים היננט נאך.

ער איז געווען דער ערשטער זינגער וואס האט געמאכט קאנצערטן פאר ביזנעס, (בעפאר אים זענען געווען ארגאניזאציעס וואס האבן געמאכט ווי: העסק, אוהל) טראץ דעם וואס די רבנים און פרומע אקטיוויסטן האבן אים פרובירט אפצושטילן, האלטנדיג אז ער איז א סכנה פארן דור, האט ער זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט און זיך נישט דערשראקן, נאר פארקערט, ער האט זיך געשטארקט, און בלויז געווארן גרעסער.

מיטן מאקעווער רבין[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ליפא האט אין זיינע בחורישע יארן געלערענט אין דער ישיבה פונעם מאקאווער רבי'ן אין קרית אתא, ישראל, וואו ער איז געווארן א הויז בחור, און די רעכטע האנט פונעם רב, און דער מאקאווער רבי איז געווען דער וואס האט געוואונטשן פאר ליפא הצלחה אינעם לעבן, זייט דעמאלטס האט ער וואונדערליך אנגעהויבן מיט בדחנות, צו זיינע מוזיקאלישע געבוירענע טאלאנט. נאך היינט איז מאקעווער רבי דאס הייליגסטע אין ליפא'ס לעבן.

זיין שייכות צו סקווער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שמעלצער איז אויפגעוואקסן און האט געוואוינט ביז לעצטנס אין ניו סקווער. ער האט פארפאסט צענדעליגער ניגונים פאר׳ן סקווירער הויף, כמעט ביי יעדן טיש פונעם סקווירער רבי שליט״א ווערן געזינגען פון זיינע הערליכע מעלאדיעס. אזוי אויך פלעגט ער דינען אלס ׳בדחנא דמלכא׳ ווי ער פלעגט גראמען ביי די שבע ברכות׳ן פון דעם רבין׳ס אייניקלעך. עס איז געווען איינמאל וואס ליפא האט געדארפט אויפטרעטן אין א״י בשעת דער רבי האט חתונה געמאכט, האט אים דער רבי געזאגט אז דו וועסט נישט דא זיין, לאז כאטש איבער א ניגון. און דעמאלטס האט ער פארפאסט גאר א שיינעם און לעבעדיגן ניגון אויף די ווערטער: ״אב הרחמן שמע קולינו״ און עס ווערט געזינגען ביי אלע סקווירא חתונות. היינט וואוינט ער אין עירמאנט, וואו ער איז מקרב אידישע נשמות וועלכע קומען דאווענען אין זיין שוהל.

ער איז אויך באקאנט אלס א אויסערגעווענליך גוט הארץ, ער העלפט אסאך מיט געלט, אויף אזוי ווייט אז ס'בלייבט אים נישט צוסאך איבער, ער גייט באזוכן אסאך אין שפיטעלער, תפיסות, קינדער אנטשטאלטן, אין אזוי ווייטער.. צו משמח זיין די צובראכענע, עלטערע, קראנקע מענטשן.

אלבאמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • נאר בשמחה (1999)
  • שמע (2000)
  • לטובה (2001)
  • למרנן (ניגוני סקווירא)
  • ליפא בדרך (2003)
  • לעילא ולעילא (2004)
  • פראיעקט x
  • בלי עין הרע (קעניינעהארע) (2005)
  • לקרוא את ההלל (2007)
  • נעקסט פראיעקט x
  • א פשוטער יוד (2008)
  • נאנ-סטאפ (2009)
  • מעומקא דליפא (2010)
  • 24/6 (2011)
  • לייבי לנצח
  • מקור חכמה (סינגל)
  • אמונה (2012)
  • דאס פינטעלע איד (2013)
  • בי פאזעטיוו (2015)

נאטיצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

קטלא קניא'ס "ואיני יודע מה הוא" אויף הרב ליפא'ס אלבום[1]

  1. ר' קטלא'ס איינדרוקען. [1]


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]