אברהם יוסף ראזענבלום

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב אברהם יוסף ראזענבלום (כ"ו אב תרפ"ח - כ״ב ניסן תשע״ז) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבה שערי יושר אין בארא פארק.

ער איז נפטר געווארן אום אחרון של פסח תשע"ז און ער איז באערדיגט געווארן אין וויזשניצער בית החיים אין מאנסי נעבן זיין שווער הרב דעוויס ראש ישיבת מאונטענדעיל ז"ל.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

הרב יוסף ראזענבלום איז געבוירן כ"ו אב תרפ"ח אין אנטווערפן צו זיין פאטער הרב דוד ע"ה, שטאמענדיג פון פוילישע חסידים.

ביי דער צווייטער וועלט־קריג איז ער אנטלאפין אין דער שווייץ וואו ער האט געלערינט תורה אין דער שטאט מאנטרע, שווייץ, צוזאמען מיט פיל גרויסע ת"ח צווישן זיי הרב משה סאלאווייטשיק ז"ל הרב אהרן לייב שטיינמאן שליט"א און ר׳ דוד העלער ז"ל.

נאכדעם האט ער געפליכטעט קיין אמעירקע און ער איז געווען א תלמיד פון בית מדרש גבוה און געלערינט ביי הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל וואס ער איז געבליבן אדוק ומקושר און אים.

הרב ראזענבלום האט באקומען סמיכה להוראה פון הגאון רבי יונתן שטייף זצ"ל אב"ד וויען ווי אויך האט מעיד געווען הגאון לוי יצחק גרינוואלד זצ"ל אב"ד צעהלים אז מקען אים פרעגען אין ד' חלקי שו"ע, זיין רבי הרב אהרן קטלר זצ"ל האט אים ממנה געווען אלץ מורה הוראה אין לייקוואד

ווען עס איז געקומען די צייט חתונה צו האבן האר ער חתונה געהאט מיט א טאכטער פון הרב דעוויס זצ"ל ראש ישיבת מאנטענדעיל און די קעטסקילס.

ראש ישיבת שערי יושר[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אין בארא פארק האט הרב יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל מייסד געווען די ישיבה שערי יושר על שם זיין רבין רבי שמעון שקאפ זצ"ל. ווען הרב קופעלמאן זצ"ל האט זיך געצויגן אין דער שווייץ צו זיין די ראש ישיבה דארט, האט ער איבערגעגבען די הנהגת הישיבה פאר הרב ראזענבלום שליט"א וואס האט פאר צענדליגע יארן געפירט די ישיבה ביד רמה מעמיד זיין תלמידים לאלפים פון די שענסטע און בעסטע וואס ניו יארק האט האבן דארט געלערינט און קונה געווען תורה ויראה פון דער ראש ישיבה, די תלמידים אפי' וואס דער ראש ישיבה האט זיך נישט זייער אראפגעלאזט פערזענדליך צו די תלמידים, האבען זיי אלע געזען וואס מיינט לערנין תורה מיט יראת שמים, וואס מיינט אהבת התורה, מפקיר זיין די גאנצע וועלט מיט אלע הבלי עולם הזה, און תורה הק' איז דער עיקר פון א מענטש, נישט קיינע אנדערע זאכען ווי גשמיות לוקסוס, וואס הרב ראזענבלום האט אריינגפרעגלט מיט זיינע הייסע שמועסן יעדן דאנערשטאג נאכט ביי לימוד ספרי מוסר אדער ביי די פרייטיג חומש שמועסן וואס איז געווען באליבט ביי די תלמידים,

ראש המדברים ולוחם מלחמת ד'

אין די שפעטערע תש- מ' און נ' ס' יארן איז הרב ראזענבלום געווארן דער תל תלפיות וואס מ'האט זיך געוואנדן צו אים הערן זיין קלארע דעת תורה אויף פילע טעמעס הונדערעטער שלו' בית האט ער צוריק געשטעלט, ווי אויך פילע מוסדות התורה און רבנים וראשי ישיבות האבן זיך נישט גערירט אן זיין מיינונג, וויסנדיג ביי הרב ראזענבלום הערט מען קלאר אזוי ווי די אורים ותומים, ס'נישטא קיין שום חשבונות נאר איין חשבון מרבה צו זיין כבוד שמים, הרב ראזענבלום איז אנטלאפן פון מחלוקת אדער לשון הרע און פאליטיק, ס'שטייט פאר אים נאר צו טוען די רצון השם כבוד עצמו אדער אנדערע חשבונות זענען פסול, געלט אדער עולם הזה עקלט, און ס'איז מיאוס.

ווען עס האט זיך אריינגעריסן ווידעא אדער אנדערע טעכנאלגיעשע כלים, איז ער ארויס זייער שארף אקעגין יעדע מיטעל וואס רייסט אוועק די קאפ פון תורה ויראת שמים, גאר שארפע און שטרענגע רייד האט מען געהערט סיי און ישיבה און סיי אינדרויסן ביי פארזאמלונגען פון אחינו בני ישראל,

תל תלפיות

צוווישן די מוסדות התורה וואס פרעגען אן דעת תורה ביי אים איז געווען די חדר אין בארא פארק וואס דער מנהל הרב גוטפריינד איז געקומען כסדר הערען דעת תורה ועל פיו ישק,

ווי אויך די באוואוסטע ישיבה מאור יצחר פון הרב אפרים וואקסמאן אין מאנסי איז געווען א אפטער גאסט לשמוע את דבר ד'.

אדער הרב יעקב הורוויץ ראש ישיבת בית מאיר.

ווען אין נייטרא ישיבה האט זיך געטומעלט איז די אדרעס געווען הרב ראזענבלום,

אדער אין לעיקוואד איז געווען אלץ די אדרעס הרב ראזענבלום, וואס הרב אהרן קוטלער זצ"ל האט אים ממנה געווען צו מאכען די מקוה אין לעיקוואד, זיך רעכענדיג מיט זיין הלכה און תורה מיינוג,

ווי אויך די הנהלה פון בית יעקב, טראצדעם איז הרב ראזענבלום נישט געווען פארמישט און די אגודת ישראל אדער אנדערע פארטיישע זאכען האט מען איבעראל געוויסט אמת און ישרות גייט מען צו אים,

ביי דער עירוב פרשה אין בארא פארק ווען די שטאט איז געווען צוטיילט צווישען די מיינוג פון די רבנים איז הרב ראזענבלום געווען זייער דערקעגין און פיל גארבעט ארויסצוקימען מיט א שטארקע איסור פון די זקני הרבנים ואדמורים אבער למען השלום האט ער זיך צוריקגעהאלטן ווייל שלום ואחדות האט איבערגעוויגען זיין אייגענע מיינוג, א סימבאל פון א עבודה לשם שמים,


זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]