לדלג לתוכן

בירגערמייסטער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ראש העיר)
הרה"ק רבי יואל טייטלבוים פון סאטמאר אינאיינעם מיט מעיאר ראבערט וואגנער.

בירגערמײַסטער אדער מעיאָר (ענגליש: mayor, העברעיִש: ראש העיר) איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון דער מוניציפאליטעט וואס איז פאראנטווארטלעך אויף אלע שטאטישע אגענטורן - פאליציי, פייערלעשער, סאבוויי אא"וו.

אין מדינת ישראל ווערט יעדע 5 יאר איינגעארדנט וואלן אין יעדער שטאט ווער זאל זיין דער קומענדיקער בירגערמייסטער.

(אין ניו יארק סיטי פלעגט דאס זיין דער אידישער ביליאנער מייקל בלומבערג. יעצט איז ביל די בלאזיא דער בירגערמייסטער.)

אין אסאך שטעט אין ענגלאנד איז דער בירגערמייסטער נישט קיין פירער פון דער מוניציפאליטער נאר דאס איז א צערעמאנישער טיטל.