לדלג לתוכן

מייקל בלומבערג

פֿון װיקיפּעדיע
מייקל בלומבערג
Michael Bloomberg
געבורט 14 פעברואר 1942 (אלט 82)
באסטאן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג סוחר, פאליטיקער, פילאט, שרייבער, פינאנץ-האנדלער, באנק פארוואלטער, אקטיאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.mikebloomberg.com
108טער בירגערמייסטער פון ניו יארק
1 יאנואר 200231 דעצעמבער 2013
(12 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

מייקל בלומבערג (ענגליש: Michael Bloomberg; געבוירן דעם 14טן פעברואר 1942) איז אן אמעריקאנער פרייער אידישער ביזנעסמאן, פּאָליטיקער, פילאַנטראָפּ און מחבר. דער באַזיצער פון בלומבערג נייעס. ערהאט געדינט 12 יאָר (2002–2013) אלס בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי, פון 2002 ביז 2013, און איז געווען א קאנדידאט אין די 2020 דעמאקראטישע פרעזידענטליכע פריימעריס.

אין די 2020 פארבס רשימה פון די וועלטס ביליאַנערן, איז ער געווען דער אכט-רייכסטער מענטש; זיין נעץ ווערט איז געשאצט בייַ 60.1 $ ביליאָן.

אין נאָוועמבער 2019 האָט בלומבערג אָפיציעל אָנגעהויבן זײַן קאַמפּיין פאר דער דעמאָקראטישער נאמינאציע פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין די 2020 וואלן. ער האָט געענדיקט זיין קאַמפּיין אין מערץ 2020, נאכדעם ווי ער האָט נאר געווינען 61 דעלעגאטן. בלומבערג האט זעלבסט-פינאנצירט 935,000,000 $ פֿאַר די פריימערי קאַמפּיין, מאכנדיג א רעקאָרד פֿאַר די טייַערסטע יו. עס. פּרעזידענט פריימערי קאַמפּיין.

פרי לעבן און בילדונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בלומבערג איז געבוירן אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס צו א אידישע כשרות-היטער פאמיליע. דער פאָטער זיידע פון בלומבערג, אלעקסאנדער "עליק" בלומבערג, איז געווען אַ פּוילישער איד. בלומבערגס מוטערלעך זיידע, מאקס רובענס, איז געווען אַ ליטווישער אימיגראַנט פון היינטיקן בעלארוס. זיין מוטער באבע איז געבוירן אין ניו יארק צו ליטווישע עלטערן.

בלומבערג האט גראדואירט אין 1964 אלס אן אינזעשניר אין דזשאנס האפקינס אוניווערסיטעט. ער האט שפעטער באקומען א ביזנעס דיפלאם אין הארווארד.

נאכ'ן גראדואירן האט ער אנגענומען א דזשאב ביי סאלאמאן בראדערס אלס א קלוירק, פאר $9000 א יאר, ער האט זיך ארויפגארבייט און געווארן א שותף אין די פירמע.

נאכ'ן באזייטיגט ווערן אין 1981 האט בלומבערג גענוצט זיין 10 מיליאן דאלאר פארגיטיגונג צו שאפן די בלומבערג פירמע, וואס האט זיך ציוואקסען אלעס א ריזיגער מעדיע אימפעריע.

אין די 2019 פארבס רשימה פון די וועלטס ביליאַנערן, איז ער געווען דער נייַנט-רייכסטער מענטש; זיין נעץ ווערט איז געשאצט בייַ 55.5$ ביליאָן.

פּאָליטישע קאַריערע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
בלומבערג מיט פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש אין 2003
בלומבערג מיט פרעזידענט באראק אבאמא אין 2012

בירגערמייסטער פון ניו יארק סיטי

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2002 איז ער ערוויילט געווארן אלס 108טער מאיאר פון ניו יארק סיטי, און ווידערוויילט געווארן אין 2005 און אין 2009. בלומבערג איז געווען אַ מיטגליד פון דער דעמאָקראַטישע פארטיי פֿאַר רובֿ פון זיין לעבן. ווען ער האט איינגעזען אז ער וועט נישט קענען געווינען די דעמאקראטישע מאיאר פריימערי פארמעסט, האָט ער באַשלאָסן צו לויפן פאר מעיאר אויף דער רעפובליקאנער טיקעט. דער ארויסגייענדיגער מעיאר רודי זשוליאני האט איהם געשטיצט, און ער איז ערוויילט געווארן אלס מעיאר.

בלומבערג, ווי רודי זשוליאני, איז פון די איינציגסטע ווידערוויילטע רעפובליקאנע מאיארן אין די מערסטנס דעמאָקראַטישער שטאָט.

אין די ערשטע צייטן איז ער נישט געווען אזוי פאפולער, א לאנגע צייט זענען זיינע אפפרואוועל נומערן געווען נידריג, אבער אלס א געניטער ביזנעסמאן האט ער ארויפגעארבעט די שטאט פינאציעל, און דאס האט אים געמאכט פאפולער, כאטש זיינע קאמוניקאציע טאלאנטן זענען נישט זייער גוט.

ער האט אסאך מאל געהאט דורכפעלער, אסאך מאל האט ער געוואלט איינפירן זאכן אין דער שטאט, וואס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, אבער מיט עקשנות גייט ער ווייטער אן.

איינע פון די זאכן וואס ער וועט געדענקט ווערן איז אז ער האט באוויזן צו מאכן די בילדינג דעפארטמענט זעלבשטענדיג נישט צו זיין אונטערגעווארפן אונטער פארשידענע אינטרעסן גרופעס, אויך וויבאלד ער האט פינאצירט זיין קאמפיין צו ווערן בירגערמייסטער, דארף ער נישט אנקומען צו רעפובליקאנער אדער דעמאקראטישער פארטיי, דעריבער טוט ער זאכן ווי אזוי אים געפעלט.

ער האט פארשארפט דעם קאמפיין פון געבן טיקעטס, זייט ער איז אריין אין אפיס טיילט די ניו יארקער פאליס פארקינג און וויעלעשאנס טיקעטט אסאך מער ווי פאר דעם, דאס ברענגט אריין גאר אסאך געלד פאר די שטאט, אבער עס רעגט אויף אסאך איינוואנער און באזוכער פון די שטאט.

אין 2007 האט ער זיך צוריק ארויסגעצויגן פון די רעפובליקאנער פארטיי און געווארן פאליטיש זעלבסטשטענדיג.

בעת געגאסענע בליי אפעראציע, אין יאנואר 2009, האָט ער באזוכט ישראל אלס סאָלידאַריטעט און שטיצע, און אויסגעדריקט פול שטיצע פאר מדינת ישראל זיך צו פארטיידיקן.

2020 פּרעזידענט קאמפיין

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין נאוועמבער 2019 האט ער זיך דערקלערט אלס קאנדידאט פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע פאר פרעזידענט, מיטן ציל עווענטועל צו באַזיגן דאָנאַלד טראַמפּ. אין פעברואר 2020 האט ער זיך ארויסגעצוידן פונעם פארמעסט, נאָך פארלירן צו די פירנדע קאַנדידאַט דזשאָו ביידען.

גאָר אַ רייכער ביליאנער, וועלכער האט געשפענדעט א סך געלט פון זיין אייגן פארמעגן צו ווערן דערוויילט אלס מעיאר פון ניו יארק סיטי. סאיז אים געלונגען, פאר דעם פרייז פון עטליכע הונדערט דאלער א שטימע...

ער איז גע'גט, און האט צוויי טעכטער. ער רעדט ענגליש און שפּאַניש.

פֿריערדיגער:
רודי זשוליאני
בירגערמייסטער פון ניו יארק
2013–2002
נאָכפֿאלגער:
ביל די בלאזיא